אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מעזשביזש"

749 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 13 יאָר
קיין רעדאקטירונג רעזומע
 
אין די לעצטע יאהרן זייט אסאך אידן פארן צו די קברים פון צדיקים, האט מען אויסגעפלאסטערט די וועגן צו ציון און פונעם ציון פון בעל שם טוב, מען האט אויפגעבויט א שיינער אוהל אויף דאס פאלץ וואו דער בעל שם טוב לייגט, דענעבן האט מען אויפגעשטלט א בית המדרש, און עטליכע גרויסע בנינים צוגערישט מיט אלעס דערין, בתי כבוד, א מקוה טהרה, שטובער צו שלאפן, א גרויסע קיך. דאס אלעס האט אהערגעשטעלט דער באקאנטער עסקן וואס בויעט קברים איבעראל [[ישראל מאיר גבאי]]. דער ראש פון [[דרך צדיקים]].
 
אסאך רבי'ס און גוטע אידן קומען אהין אויף א שבת, און פראווענען דארט א חסידשען טיש, דער לעלובער רבי פון ארץ ישראל פירט זיך ער פארט אהין יעדן שבועות צו פראווען דארט דעם יארצייט פון בעל שם טוב, דער רבי פון [[תולדות אברהם יצחק]] און נאך זענען שוין עטליכע מאהל דארט געווען. דער באקאנטער חסידישער זינגער [[מרדכי בן דוד]], האט פארפאסט א ניגון [[א שבת אין מזעביזש]] ווי ער פארציילט מיט גלוסטענישט און ליבשאפט פון א שבת אין מזעביזש.
 
אויך האט ער געזוכט און געטראפן די ארגינאלע פלאץ וואו דער בעל שם טוב האט געהאט זיין בית המדרש אינמיטן שטאט, דער בנין איז נאך געשטאנען, אבער דאס גאנצע בית המדרש האט ער איבערגעבויט פאר א העכרליכן בית המדרש אויפן אלטן שטייגער וויאזוי עס האט אויסגזעהן אמאל.
2,339

רעדאקטירונגען