אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מעזשביזש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
ראפינירט א קאטעגאריע
אין תקציר עריכה
שורה 1:
{{קורץ}}''' מעזשביזש''' איז די שטאט אין [[אוקראינע]] וואו דער [[בעש"ט]] האט געוואוינט און וואו ער ליגט באגראבן.
 
דער שטעטל מעזבוז איז א גאנץ קליינע, עס איז וואו רוב קליינער שטעטעל און אוקריינא, ארים און כעמט גארנישט אינטערעסאנט. חוץ אז עס ליגט דארט דער גרינדער פון דרך החסידות.
 
אין דעם בית החיים ליגן אויך אסאך גרויסע מענטשן ווי די אייניקלעך פונעם בעל שם טוב וואו [[רבי ברוך ממזעבוז]], רבי אפרים מסדילקאב, רבי ישראל א ברודער פון רבי [[נחמן מברסלב]], אויך ליגן דארט תלמידים פונעם בעל שם טוב ווי רבי ישראל פאליצעקר, רבי וואלף קוציס, רבי הערש סופר, אויך רבנים פון שטאט רבי אברהם יהושע העשיל מאפטע דער אוהב ישראל. אלעס איז לעצטנט געוארן איבערגעבויעט און איבערגעפלאסטער דורך [[ישראל מאיר גבאי]].
 
אין די לעצטע יאהרן זייט אסאך אידן פארן צו די קברים פון צדיקים, האט מען אויסגעפלאסטערט די וועגן צו ציון און פונעם ציון פון בעל שם טוב, מען האט אויפגעבויט א שיינער אוהל אויף דאס פאלץ וואו דער בעל שם טוב לייגט, דענעבן האט מען אויפגעשטלט א בית המדרש, און עטליכע גרויסע בנינים צוגערישט מיט אלעס דערין, בתי כבוד, א מקוה טהרה, שטובער צו שלאפן, א גרויסע קיך. דאס אלעס האט אהערגעשטעלט דער באקאנטער עסקן וואס בויעט קברים איבעראל [[ישראל מאיר גבאי]]. דער ראש פון [[דרך צדיקים]].
 
אויך האט ער געזוכט און געטראפן די ארגינאלע פלאץ וואו דער בעל שם טוב האט געהאט זיין בית המדרש אינמיטן שטאט, דער בנין איז נאך געשטאנען, אבער דאס גאנצע בית המדרש האט ער איבערגעבויט פאר א העכרליכן בית המדרש אויפן אלטן שטייגער וויאזוי עס האט אויסגזעהן אמאל.
 
[[קאטעגאריע:שטעט אין אוקראינע]]