אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאנסיסטואר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
ת"ט
וויקילינק
שורה 2:
 
== היסטאריע==
דעם 17טן מערץ 1808 האט קייסער [[נאפאלעאן באנאפארטע|נאפאלעאן]] געגרינדעט דעם צענטראלן יידישן קאנסיסטואר פון פראנקרייך. אין יעדער שטאט ווי עס האבן געוואוינט איבער 2000 יידן האט זיך געמוזט שאפֿן א פארטרעטונג פון יידן (א סארט קהילה) וועלכע מען האט געגעבען דעם נאמען פון קאנסיסטואר. די אלע קליינע שטעטישע קאנסיסטוארן האבן זיך געמוזט זארגן פאר אלע יידישע רעליגיעזע באדערפענישן (בעיקר פאר די שולן און פאר'ן יידישן אונטערריכט) און זענען געשטאנען אין פארבינדונג מיט די שטעטישע פארוואלטונגען.<ref>''שבת בשבתו'' '''688''', ח' תמוז תשס"ח ([[מחזיקי הדת, אנטווערפען]])</ref>
 
אין יענע יארן זענען געווען בעלגיע, [[האלאנד]] און [[וועסטפאלן]] אונטער דעם פראנצויזישן קייסער, איז א קאנסיסטואר אויפגעשטעלט אין די אלע לענדער. אבער די קאנסיסטוארן אין האלאנד און וועסטפאלן זענען נישט געבליבן נאכדעם ווען זיי האבן זיך באפֿרייט פון דער פראנצויזישער הערשאפט.