אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פלי מאנשאפט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 2:
'''עירליין מאנשפאט''' זענען די פילאטן און פלייט אטענדענטס וועלכע סערווירן די קאסטומער אין א פלייט.
 
== פילאטן אויף א עראפלאן==
דער פילאט איז דער קאפיטאן פון דעם מולטי מיליאן דאלארדיגן פליגער און זיין ארבעט איז גאר אן אחריות'דיגער. דער פילאט האט די לעבנס פון צענדליגער, און אמאל הונדערטער אין זיין האנט. עס איז אמת אז מער מענטשן ווערן אומגעברענגט פון אויטא עקסידענטן ווי פון פליגער קראכן, אבער איין פליגער עקסידענט קען ברענגן א קאטאסטראפע וואס הונדערט אויטא עקסידענטן קענען נישט ברענגן.
שורה 17:
די אמטירנדיגע פילאטן האבן געווענליך א סקעדזשועל וועלכע ווערט אנגערופן א ליניע. די פילאטן ווייסן יא פון פאראויס זייערע טעג, אבער קענען זיך נאך אלץ נישט פונקטליך אויסרעכענען, ווייל עס מאכט זיך זייער אסאך אז די פלייט סקעדזשועלס ווערן פארשפעטיגט, און אין אזא פאל וועלן די פילאטן בלייבן ארבעטן מער ווי זייערע 8 שטונדן פאר דאמעסטיק, און 12 שטונדן פאר אינטערנאציאנאל. צום מערסטן ווערן די סקעדזשועלס פארשפעטיגט ווען איינע פון די פילאטן קענען נישט אנקומען אין דער לעצטע מינוט, און מען מוז פארשאפן א רעזערוו פילאט.
 
== צוגערייטונגען פונעם פילאט ==
בעפאר א פלייט הייבט זיך דארף דער פילאט איבערקוקן אלע אינפארמאציע וועגן די פלייט און זיין אין קאנטאקט מיט'ן קאנטראל טורעם. דער פילאט טרעפט זיך מיט די גאנצע מאנשאפט, און מאכט זיכער אז אלעס איז גרייט. דער פילאט דארף דאן אונטערשרייבן אן אזויגערופענע פלייט רעליס, וועלכע איז א דאקומענט וועלכע פארזיכערט אז אלעס איז גרייט. דער פילאט וועט דאן באקומען אינפארמאציע פון די קאנטראל טורעם איבער די וועטער און א פונקטליכע באריכט פון די פאסאזשירן, און וויפיל זיי ציילן. רוב פליגער האבן היינט אריינגעבויטע פרינטערס וועלכע פרינטן באלד ארויס אלע אינפארמאציע, כדי דער פילאט זאל נישט דארפן פארברענגן א איבעריגע מינוט.
ווען אלעס איז גרייט וועלן די מאנשאפט פארשליסן אלע טירן און דער פילאט וועט דאן געבן דעם "אקעי" צו די געיט ארבייטער וועלכע וועלן צוריק שטופן דעם פליגער צו די ראנוועי. פון דארט וועט דער פילאט נאכפאלגן די גענויע אינפארמאציע וואס ער ווערט געגעבן פון די קאנטראל טורעם.
נאכדעם וואס די פלייט האט געלאנדעט וועט דער פילאט זיך נאכאמאל טרעפן מיט די מאנשאפט און הערן אויב איינער האט עפעס איבערצוגעבן. דער קא-פילאט דארף דעמאלט איבערקוקן אלע אינסטרומענטן און זיכער מאכן אז אלעס ארבעט געהעריג.
די איינציגסטע פיזישע ארבעט וועלכע דער פילאט טוט איז דאס אויפהייבן און לאנדן. איבער די גאנצע רייזע פארן די היינטיגע פליגער אויטאמאטיש און די פילאטן דארפן נאר האלטן אן אויג. אויפהייבן און לאנדן איז א שווערע ארבעט יעדעס מאל און אפילו די מערסט ערפארענע פילאטן אטעמען אפ נאך יעדע לאנדונג. די פילאטן דארפן זיין גרייט יעדע מינוט אין פאל עס מאכט זיך אן עמוירדזשענסי און דאן וועלן זיי מוזן איבערנעמען דאס רעדל ווייל די פליגער זענען אזוי איינגעשטעלט אז ווען עס מאכט זיך די מינדעסטע פראבלעם טוט זיך די אויטאמאטישע סיסטעם אויסלעשן.
זינט פלייטס פארן איבער די גאנצע וועלט און די קאנטראל טורעמעס מוזן זיין אין קאנטאקט מיט די פילאטן, האבן די עירליינס אויפגעצויגן די ענגלישע שפראך אלס די אפיציעלע שפראך וואס ווערט גענוצט אין אלע קאנטראל צימערן אין די גאנצע וועלט. אויב דער פילאט קען די נאטיווע שפראך דעמאלט וועלן זיי יא רעדן אין זייער שפראך.
טייל פילאטן קענען נאר אזויפיל ענגליש וויפיל עס פעלט אויס צו פארשטיין די קאודס און עס האט שוין טאקע פאסירט מער ווי איין עקסידענט נאר צוליב די אומפארשטענדעניש פון די קאנטראל טורעם און דער פילאט.
 
ווען אלעס איז גרייט וועלן די מאנשאפט פארשליסן אלע טירן, און דער פילאט וועט דאן געבן דעם "אקעי" צו די געיט ארבייטער, וועלכע וועלן צוריק שטופן דעם פליגער צו די ראנוועי. פון דארט וועט דער פילאט נאכפאלגן די גענויע אינפארמאציע וואס ער ווערט געגעבן פון די קאנטראל טורעם.
 
נאכדעם וואס די פלייט האט געלאנדעט, וועט דער פילאט זיך נאכאמאל טרעפן מיט די מאנשאפט און הערן אויב איינער האט עפעס איבערצוגעבן. דער קא-פילאט דארף דעמאלט איבערקוקן אלע אינסטרומענטן און זיכער מאכן אז אלעס ארבעט געהעריג.
 
די איינציגסטע פיזישע ארבעט וועלכע דער פילאט טוט איז דאס אויפהייבן און לאנדן. איבער די גאנצע רייזע פארן די היינטיגע פליגער אויטאמאטיש, און די פילאטן דארפן נאר האלטן אן אויג. אויפהייבן און לאנדן איז א שווערע ארבעט יעדעס מאל, און אפילו די מערסט ערפארענע פילאטן אטעמען אפ נאך יעדע לאנדונג. די פילאטן דארפן זיין גרייט יעדע מינוט אין פאל עס מאכט זיך אן עמוירדזשענסי, און דאן וועלן זיי מוזן איבערנעמען דאס רעדל, ווייל די פליגער זענען אזוי איינגעשטעלט אז ווען עס מאכט זיך די מינדעסטע פראבלעם טוט זיך די אויטאמאטישע סיסטעם אויסלעשן.
 
זינט פלייטס פארן איבער די גאנצע וועלט און די קאנטראל טורעמעס מוזן זיין אין קאנטאקט מיט די פילאטן, האבן די עירליינס אויפגעצויגן די ענגלישע שפראך אלס די אפיציעלע שפראך וואס ווערט גענוצט אין אלע קאנטראל צימערן אין די גאנצע וועלט. אויב דער פילאט קען די נאטיווע שפראך דעמאלט וועלן זיי יא רעדן אין זייער שפראך.
 
טייל פילאטן קענען נאר אזויפיל ענגליש וויפיל עס פעלט אויס צו פארשטיין די קאודס, און עס האט שוין טאקע פאסירט מער ווי איין עקסידענט נאר צוליב די אומפארשטענדעניש פון די קאנטראל טורעם און דער פילאט.
 
== פלייט אטענדענטס ==
 
דאס געזעץ פארלאנגט אז עס מוז זיין כאטש איין פלייט אטענדענט פאר יעדע 50 פאסאזשירן. די ארבעט פון די פלייט אטענדענטס הייבט זיך אן בעפאר דער ערשטער מענטש טרעט ארויף אויפ'ן פליגער, און ענדיגט זיך נאכדעם וואס דער לעצטער מענטש טרעט אראפ.

בעפאר די טירן ווערן געעפענט דארפן אלע פלייט אטענדענטס זיין גרייט אויף זייערע פאזיציעס, און ווען די פאסאזשירן קומען ארויף דארפן זיי צייגן די זיץ פלעצער, העלפן ארויפלייגן די באגאזשן, טרענירן די פאסאזשירן וועלכע זיצן ביי די עמוירדזשענסי טירן צו זיין גרייט, צייגן די זיכערהייטן וועלכע דער פליגער פארמאגט, און זיכער מאכן אז יעדער איז צוגעבינדן מיט די זיץ פאסיקעס.
 
ווען דער פליגער איז גרייט זיך צו הייבן וועט דער פילאט געווענליך אויסרופן צו דערמאנען די פלייט אטענדענטס זיי זאלן זיך צובינדן צו די ספעציעלע דזשאמפ זיצן וועלכע זענען אינסטאלירט פון פארנט און פון אונטן. איינמאל דער פליגער איז שוין אויסגעגליכן וועלן זיי צוגרייטן איבערבייסונגן און מאלצייטן פאר די פאסאזשירן.
אזוי זענען זיי פשוט'ע באדינער אבער זיי זענען אויך געלערנט צו זיין גרייט אין פאל פון א עמוירדזשענסי. זיי דארפן קענען בארואיגן די פאסאזשירן און וועלן העלפן די פאסאזשירן ארויסגיין פון דעם פליגער בעפאר זיי קענען ארויסגיין. סיי וואספארא פראבלעם עס מאכט זיך זענען זיי פאראנטווארטליכט צו האלטן די פאסאזשירן רואיג און געבן הילף פאר די וואס דארפן עס.