אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "איירא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
insert missing <references/>
מיטגלידער לענדער
שורה 1:
{{פאראייניקן|יורא}}
[[בילד:Euro coins and banknotes.jpg|thumb|left|300px|איירא מטבעות און באנקנאטן.]]
די '''איירא''' (סימבאל: € ; [[באנק קאד]]: EUR) איז די אפיצעילע [[וואלוטע]] זייט 2002 פון דער [[אייראזאנע]], וואס איז כולל היינט 13 לענדער ([[איטאליע]], [[אירלאנד]], [[בעלגיע]], [[גריכנלאנד]], [[דייטשלאנד]], [[האלאנד]], [[לוקסעמבורג]], [[מאלטא]], [[סלאוועניע]], [[עסטרייך]], [[פארטוגאל]], [[פינלאנד]], [[פראנקרייך]], [[קיפראס]] און [[שפאניע]]) אין דעם אייראפעישן פארבאנד. יעדע איירא ווערט צעטיילט אויף 100 צענט.
זי איז די וואלוטע פון 320,000 מענטשן.
 
שורה 28:
 
זינט דער [[צווייטע וועלט קריג|צווייטער וועלט קריג]] האט אייראפע אנגעהויבן ארבעטן אינאיינעם אין פארשידענע פראגראמען און פאליסיס און האבן שפעטער געגרינדעט די אייראפעאישע פאראיין מיט וועלכע זיי האבן אינאיינעם באקומען א שטערקערע מאכט אויסצופירן פאליסיס און ספעציעל האט עס געהאלפן עקאנאמישע ערייכונגן. נאך אין די ערשטע יארן פון דעם אייראפעאישן פארבאנד האט מען שוין גערעדט וועגן אדאפטירן איין וואלוטע אלס נאך א טריט צו פאראייניגן און פארשטערקערן אייראפע'ס מאכט. די פלענער זענען קיינמאל נישט אראפ פון טיש און ווען עס איז געקומען נענטער צום סוף פונעם [[20סטער י"ה|צוואנציגסטן יארהונדערט]] זענען די פלענער געווארן ערנסטער. ענדליך אין 1 יאנואר 02' איז די איירא געווארן די אפיציעלע וואלוטע פון 12 מיטגלידער לענדער פון דעם אייראפעאישן פארבאנד.
 
== די אייראזאנע==
 
די איירא איז היינט די איינציגע וואלוטע פון די פאלגנדע 15 לענדער פונעם [[אייראפעישן פארבאנד]]: [[איטאליע]], [[אירלאנד]], [[בעלגיע]], [[דייטשלאנד]], [[גריכנלאנד]], [[שפאניע]], [[פראנקרייך]], [[לוקסעמבורג]], האלאנד, [[סלאוועניע]], עסטרייך, פארטוגאל, און פינלאנד.
 
אויסער די מיטגלידער לענדער ווערט די איירא גענוצט אין 6 אנדערע לענדער וועלכע קענען נישט נאכקומען די סטאנדארטן צו קענען ווערן א טייל פון די אייראפעאישע פאראיין. זיי זענען: מאנאקא, וואטיקאן סיטי, סען מערינאו, אנדאורא, קאסאווא, און מאנטענעגרא.
 
כדי צו קענען ווערן א מיטגלידער אין דער [[אייראזאנע]] דארף מען גרייכן געוויסע סטאנדארטן וועלכע איז אויסגעארבעט געווארן דורך דער אייראפעאישע קאמיסיע. בריטען, שוועדן, און דענמארק זענען מיטגלידערס אינעם אייראפעישן פאריין אבער יעדע צוליב זייערע סיבות האבן נישט געוואלט אנטייל נעמען אין דער אייראזאנע.
 
די אי-יו לענדער וועלכע האבן געוואלט ווערן א טייל פון די איירא האבן געברויכט דורכגיין אן עקאנאמישע פראבע זיכער צו מאכן אז דעם לאנד'ס עקענאמיע זאל נישט האבן קיין שלעכטע עפעקט אויף די יורא. די הויפט סטאנדארטן זענען: אז דאס לאנד'ס יערליכע רעגירונג'ס בודזשעט דעפיציט גרייכט נישט מער פון 2 פראצענט פון דאס לאנד'ס דזשי-די-פי (גראוס דאמעסטיק פראדוקט), די סך הכל חובות מעג נישט זיין מער ווי 60 פראצענט פון די דזשי-די-פי, די אינפלאציע ראטע מעג נישט זיין מער אדער ווייניגער פון 1.5 פראצענט פון די אינפלאציע ראטע פון די בעסטע אייראפעאישע לענדער (פראנקרייך און דייטשלאנד), די אינטערעסט ראטע מעג נישט זיין מער אדער ווייניגער פון צוויי פראצענט פון די דריי לענדער מיט די נידעריגסטע אינפלאציע ראטעס, און די לענדער'ס עקסטשענדזש ראטעס האבן געמוזט זיין סטאביל פאר א מינימום פון צוויי יאר אין די אייראפעאישע עקסטשעינדזש ראטע מעכאניזם.
 
די אלע סטאנדארטן זענען נישט געווען קיין איינמאליגע זאך נאר דארף בלייבן מיט די מיטגלידער לענדער פאר אלע יארן כדי צו האלטן די איירא סטאביל און שטארק. אויב א לאנד האט א דעפיציט וועלכע איז העכער פון 3 פראצענט פון איר דזשי-די-פי ווערט זי באשטראפט מיט 0.2 פראצענט פון איר דזשי-די-פי און נאך 0.1 פראצענט פון די דזשי-די-פי אויב זי האט א דעפיציט וועלכע איז העכער פון 3 פראצענט. אויב א לאנד פאלט אריין אין א רעסעסיע וועלכע איז מער פון 2.0 פראצענט פאר איבער 4 פיסקאל יארן קען זי אויטאמאטיש ארויסגעלאזט ווערן פון דער איירא.
 
<references/>