אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יחזקאל לאנדא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
קאטעגאריע סארטירן
געענדיגט!
שורה 1:
{{נישט פארטיק}}
[[בילד:Yechezkel Landau.jpg|thumb|250px|הרב יחזקאל לאנדא, דער "נודע ביהודה"]]
הרב '''יחזקאל הלוי לאנדא''' ([[י"ח מרחשון]], [[ה'תע"ד]] - [[י"ז אייר]], [[ה'תקנ"ג]]) איז געווען א [[דיין]] אין [[בראד]] און [[אב"ד]] פֿון [[יאמפאל]] און [[פראג]], [[בעהמען]]. ער האט מחבר געווען [[שו"ת]] ''נודע ביהודה'', חידושים אויף ש"ס ''ציון לנפש חיה (צל"ח)'' און ''דגול מרבבה'' אויף [[שולחן ערוך]].
שורה 22 ⟵ 21:
 
נישט קיין צוויי יאר אריין אין דעם רבנות פון הר"ר יחזקאל, האט פרייסן אטאקירט בעהמען ביי דער שלאכט פון פראג אין דעם [[זיבן יעריגער קריג|זיבן יעריגן קריג]]. זיינע תלמידים און נאנטע באקאנטע האבן מייעץ געווען דעם רב צו אנטלויפן פון פראג אבער ער האט נישט מסכים געווען פארלאזן זיין קהילה. ער האט ארויסגעגעבן א ספעציעלע תפילה פארן וואוילזײַן פון דעם קעניגלעכן הויז. ער הויט אויך גערופֿן אלע יידן אין דער [[אלטנוישול]] אריין וואו ער האט געדרשנט וועגן טריישאפט צו דער קייסערין, און געסטראשעט אריינלייגן אין חרם ווער ס'וועט צוהעלפן דעם פֿײַנד אדער האנדלען אין דעם לאגער פונעם פֿײַנד.
 
ר' יחזקאל האט אויפֿגעשטעלט א [[ישיבה]] אין פראג און געזאגט דארט א שיעור פֿיר מאל א טאג צו פיר כתות פון תלמידים: צוויי שיעורים אין [[גמרא]] אין צוויי שיעורים אין [[שולחן ערוך]]. צווישן זײַנע תלמידים זענען געווען ר' [[אברהם דאנציג]], ר' [[דוד דייטש]] (מחבר פון ''אהל דוד''), ר' [[אלעזר פלעקלעס]] און ר' [[בצלאל רענשבורג]].
 
די מנהיגי ה[[חסידות]], צווישן זיי דער [[חיים האלבערשטאם|צאנזער רב]] און דער [[שניאור זלמן פון ליאדי|בעל התניא]], האבן שטארק געשעצט ר' יחזקאל.
 
אום תקל"ג האט אויסגעבראכן א פֿייער וואס האט פֿארברענט זײַן הויז מיט זײַנע כתבים. נאכהער האט ער אנגעהויבן צו דרוקן זײַנע תשובות, וואס האבן ערשינען צום ערשטן מאל אין תקל"ז מיטן נאמען ''נודע ביהודה'' לכבוד זײַן פֿאטער ר' יהודה.
 
אום תקמ"ג האט ער אנגעהויבן ארויסגעבן זײַנע חידושים אויף [[ש"ס]] מיטן נאמען ''ציון לנפש חיה'' (צל"ח) לכבוד זײַן מוטער חיה.
 
== שפעטערע יארן==
אין זײַן עלטער ווען ער איז געווארן קראנק האט ער איבערגעגבן די ישיבה צו זײַן זון ר' שמואל (וואס איז געווארן פראגער רב נאך אים). י"ב טבת תק"ן איז נפטר געווארן זײַן רביצין. אין זײַן לעצטן יאר האט ער ווײַטער געשריבן תשובות. [[י"ז אייר]] [[ה'תקנ"ג]] איז ער נפטר געווארן, און יידן זענען געקומען פון גאנץ בעהמען אויף זײַן לויה.
 
== זײַנע ספרים==
*נודע ביהודה
*ציון לנפש חיה (צל"ח)
*דורש ציון
*אהבת ציון
*דגול מרבבה (אויף שולחן ערוך)
 
 
 
 
{{גרונטסארטיר:לאנדא, יחזקאל}}
[[קאַטעגאָריע:אחרונים]]
[[קאַטעגאָריע:פוילישע רבנים]]
 
[[en:Yechezkel Landau]]