אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "צבי הירש אשכנזי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: he:צבי הירש אשכנזי
אין תקציר עריכה
שורה 1:
דער גאון רבי '''צבי הירש בן יעקב אשכנזי''' ([[ה'תט"ז]] - [[ה'תע"ח]]), [[לעמבערג]]) איז געווען פון די גרעסטע גאונים אין זיין צייט, ער איז מער באקאנט מיט זיין ספר שו"ת [[חכם צבי]].
ער איז געווען א אייניקל פון דעם גאון [[שער אפרים]]. ער האט זיך שטארק דערקעגנט צו [[שבתי צבי]].
 
== זיין מלחמה קעגן כת שבתי צבי ==
ער איז געווען רב אין [[אמסטערדאם]] אבער האט דארט געהאט אסאך שונאים וואס האבן איהם וויי געטוהן. אבער אלע וואס האבן איהם געטשעפעט האבן געליטן שווערע שטראף ווי זיין זוהן פארציילט אין זיין ספר עדות ביעקב דמ"ח ע"ב.
ער האט זיך שטארק דערקעגנט צו [[שבתי צבי]]. כאטש אין פאקט איז ער געווען א שטיק צייט נאך ש"ץ אבער ער האט גאר שטארק זיך געקריגט מיט אלע וואס האלטן פון ש"ץ, בעיקר איז זיין מלחמה געווען קעגן די נביא פון שבתי צבי [[נחמיה חיוון]]. ער האט עס אנגערופן מלחמת נח"ש [נ'חמיה ח'יוון ש'ר"י], ער האט איהם געלייגט אין [[חרם]] ער האט געשריבן פאר אלע קהילות פון אידן אז מען טאר מיט איהם נישט האבן קיין משא ומתן, דאס האט זייער באנק געטוהן פאר די אידן אין אמסטרדאם ווי ער איז געווען רב, און זיי האבן איהם זייער גע'רודפ'ט, מען האט גע'מסרט פאר די רעגירונג, דער חכם צבי האט געקענט אויפוויזן פאר די רעגירונג אז ער איז גערעכנט אבער עס וואלט דערפון ארויס געקומען א חילול השם דעריבער איז דער חכם צבי אטלויפן פון דארט, אבער אלע וואס האבן איהם געטשעפעט האבן געליטן שווערע שטראף ווי זיין זוהן פארציילט אין זיין ספר עדות ביעקב דמ"ח ע"ב.
 
ער איז געלויפן מיט זיין גאנצע הויזגעזונט קיין [[לעמבערג]] און דארט האט מען איהם אויפגנומען פאר דער "רב המדינה פון לעמבערג, ער האט דארט געהאט אסאך כבוד, אפילו די שטאט הויפן האבן איהם זייער מכבד געווען.
 
זיין זוהן איז דער באקאנטער גאון רבי [[יעקב עמדין]] באקאנט אלס דער [[יעב"ץ]].
 
 
דער יעב"ץ שרייבט <ref>(שו"ת שאילות יעב"ץ סי' י')</ref> איך האב געהאט אז דער רמב"ן האט אין בית הכסא געליינט אין ביכער פון די חכמי אומות העולם, כדי ער זאל נישט טראכטן פון תורה, און אזוי איז אויך געווען דער מנהג פון מיין טאטע דער חכם צבי.
 
 
ער איז איז נסתלק געווארן אין איהר תע"ח דעם צווייטן טאג פון ראש חודש אייר.
 
'''דער יעב"ץ שרייבט אויף זיין טאטע:'''