אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יחזקאל לאנדא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נײַע אַרטיקל: {{נישט פארטיק}} thumb|250px|הרב יחזקאל לאנדא, דער "נודע ביהודה" הרב '''יחזקאל הלוי לאנ...
 
רבנות
שורה 5:
== יונגע יארן==
יחזקאל לאנדא איז געבוירן אין [[אפט]], [[פוילן]], י"ז מרחשון תע"ד צו זײַן פאטער יהודה, א מיטגליד אין דעם [[וועד ארבע ארצות]] און זײַן מוטער חיה, א טאכטער פֿון הרב אליעזר אב"ד [[דובנא]]. זײַנע עלטערן זענען ביידע געווען אייניקלעך פונעם רבי'ן ר' [[העשיל פון קראקע]]. צו עלף יאר האט ער געלערנט תורה בײַ הר"ר יצחק אײַזיק סג"ל פֿון [[לודמיר]].
 
ווען ער איז געווארן [[בר מצוה]] האט ער אנגעהויבן לערנען אינעם [[בראדער קלויז]]. אין תצ"ב האט ער חתונה געהאט מיט ליבא, די טאכטער פונעם נגיד ר' יעקבקא פון דובנא. ער האט געוואוינט אין דובנא א קורצע צײַט, נאכדעם איז זײַן שווער אריבערגעגאנגען צו וואוינען אין בראד, דארט איז ר' יחזקאל צוריק אין קלויז.
 
== רבנות==
אין תצ"ד האט מען געבעטן ר' יחזקאל צו ווערן דער ראש בית דין פון בראד.
 
אין תק"ה האט פאסירט א מעשה ווען דער בית דין פון בראד האט געגעבן א פסק קעגן די שנור פון א גרויסן גביר אין בראד. די דריי דיינים זענען געווען הר"ר יחזקאל לאנדא, הר"ר [[מאיר מרגליות]] (מחבר פון ''מאיר נתיבים'') און הר"ר [[אברהם גרשון פון קיטוב|גרשון קיטאווער]], א שוואגער פונעם [[בעל שם טוב]]. דער גביר איז געווען נאנט צום [[פריץ]] און צוליב דעם פסק האבן די דריי דיינים געדארפֿט אנטלויפֿן פון בראד.
 
א פאר חדשים שפעטער האט די קהילה אין [[יאמפאל]] גערופן הר"ר יחזקאל צו ווערן זייער רב. ער האט געפילט דעם אמט צען יאר, און אויפגעשטעלט א [[ישיבה]] אין יאמפאל.
 
 
[[קאַטעגאָריע:אחרונים]]
[[en:Yechezkel Landau]]