אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עקאנאמיע פון קאנאדע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אפגעשפאלטן פון קאנאדע
 
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
קאנאדע האט א פארגעשריטענע עקאנאמיע און רוב פון אירע בירגערס געניסן פון א גוט קוואליטעט לעבן לויט די וועלט'ס סטאנדארטן. רוב פון קאנאדע'ס רייכקייט קומט פון אירע נאטורליכע אוצרות ווי [[נאטירליכע גאז]], [[פיש]], [[אויל]], [[געהילץ]], [[מינעראל]]ן, און פארם פראדוקציע. וויאזוי אימער, האט זי אבער שפעטער אנגעהויבן אסאך פאבריצירונג און איז מיט די צייט פאררעכנט געווארן אלס איינע פון די שטערקסטע עקענאמיעס אין דער וועלט. קאנאדע ווערט אויך שטארק אנגעזען אין די גלאבאלע עקענאמיע צוליב איר גרויסע האנדל וועלכע'ס עקספארט גרייכט ארום 33.6 פראצענט פון די דזשי.די.פי. (גראוס דאמעסטיק פראדאקט).
נאך די 990' רעסעסיע האט זיך קאנאדע די שנעלסטע צוריקגעכאפט און דאס זעלבע איז יעצטאויך זייטגעווען נאך די סעפטעמבער 11 אטאקעס אין [[2001]]. די סיבות דעצו זענען די נידעריגע אינפלאציע ראטעס, נידעריגע אינטערעסט ראטעס, און א שוואכע דאלאר וועלכע העלפט איר שטארק ארויס אין עקספארט און אין אינוועסמענטס. כאטש די עקספארט איז אזוי שנעל געוואקסן און האלט זיך ביי אזא שטארקייט האט עס דאך נישט געברענגט צופיל נייע דזשאבס ווייל די קאנאדער האבן אויסגענוצט די היינטיגע טעכנאלאגיע צו פראדוצירן מער אן דעם וואס מען זאל דארפן אויפנעמען נייע ארבייטער. אויך אינערהאלב די רעגירונג האבן די פארגעשריטענע טעכנאלאגיעס אויפגעזאגט טויזענטער דזשאבס און די אנעמפלאוימענט ראטע שטייט ביי איבער 7 פראצענט.
צווישן די יארן פון 986' ביז 995' איז קאנאדע'ס עקענאמיע געשטיגן אן אומגלויבליכע 20.4 פראצענט, גרייכנדיג א דזשי.די.פי. פון 776.3 ביליאן דאלאר וואס קומט אויס 25,900 דאלאר פאר יעדן מענטש. ביז אין 999' האט שוין די ראטע געהאלטן קרוב צו א טריליאן דאלאר. די שנעלסטע וואקסנדיגע אינדוסטריס זענען געווען אויל, קאמוניקאציעס, יוטיליטי, האנדל, און פינאנציעלע סערוויסעס.