אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "װיקיפּעדיע:פארלאמענט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 202:
=== שמועס ===
טעכניקער, די ארטיקלען וואס יו' האט געשריבן זיינען גאר פארגרעבט פארשריבן, און איך פארשטיי פארוואס דזשיינעט האלט אפ צוטריט צו דער יידישער וויקיפעדיע. אויב עס וועט זיין א נארמאלער ארטיקל אפילו אויף [[האמאסעקסואלוטעט]] (וואס לדעתי איז דאס שוין יעצט נישט גאר משוגע געשריבן) וועלן זיי נישט פארמיידן צוטריט. עס איז א שאד אז צוליב די פאר הומאריסטישע ארטיקלען וואס באשעפטיקן זיך מיט זייגן ריטן און קייטן זאלן מיר זיין בלאקירט פון דזשיי-נעט. אויב זיינען מיר באשטעטיקט ביי דזשיי-נעט זאגט דאס נאך ניט אז דער וויקיפעדיע גייט זיין פרום. דאס זאגט נאר אז מער באניצער וועלן זיך מיטטיילן = מער ארטיקלען. די וויקיפעדיע וועט אייביק זיין נייטראל. דאס איז קלאר אז יעדער יידיש רעדער (אפילו א פרייער) וועט זיין ביי אים פרעמד צו לייענען יידישע ארטיקלען אויף באהאלטענע טעמעס. טאקע די וויקיפעדיע האט א ביסל ווייך געמאכט דעם פאקט, אבער פונדעסטוועגן דארפן מיר זארגן זאל עס ניט זיין עקסטרעמיש מאדנע. [[באַניצער:רוני|►רוני◄]] 06:30, 23 מײַ 2008 (UTC)
:דאן זאל מען שטימען פאר יעדען ארטיקל עקסטער, עס איז זייער שווער פאר מיר צו לעבלן א גרופע ארטיקלן אויסצומעקן צוליב די שנאה צום שרייבער, סעציפעיל ווען די סיבה אז זשעי נעיט זאל באשטעטיגען די וויקיפעדיע. און צו די דעם שפילט משגיח, אז ער איז דער ווארטזאגער פון זשעי. נעט. פארדעם ניצט ער זיין איי. פי. אן אריינצולאגירן, און ער וויל פונקליך איינטיילן וויאזוי מיר זאל פירן עדיט מלחמה און נאך זאכן, דאס מיינט אז איינער וויל ארויף צווינגען זיין וועג אויף די וויקיפעדיע דורך אן אונטער טיר וואס הייסט זשעי נעט, דאס איז וואס משגיח האט געשריבן אז מכלומר'ש האט אים זשעי נעט געזאגט,
<blockquote style='border: 1px solid blue; padding: 1em;'>
איך האב יעצט גערעדט מיט דשעי נעט, זיי זענען מסכים צוריק צו עפענען אונזער סייט מיט 3 תנאים,
 
1 מען זאל אויסמעקן אלע שמוץ ארטיקלען (מער פריות'דיג מיינט דאס אויסמעקן די ארטיקלן וואס יודל האט געשריבן).
 
2 די סיסאפס זאלן זיין וואַך און נאכקוקן עדיט'ס צו מאכן זיכער אז קיינער לייג נישט אריין קיין נייע שמוץ.
 
3 אלע זאכן וואס זענען נוגע חסידישע פאליטיק און ס'הערשט א ערענסטע עדי"ט קריג, זאל האבן עפעס אזוי ווי א מוסטער וואס זאל אונדייטן אז די דיעות רעפלעקטירן נישט די מציאות, נאר דאס זענען די דיעות פון דעם יחיד וואס שרייבט דאס, און סיסאפס זאלן פארשליסן בלעטער אויב די קריג איז צי גרויס. (לכאורה ווילן זיי 3# ווייל בעלי בתים רעדן זיך אפ אז ארבייטער שפילן זיך צו פיל).
</blockquote>
:מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן אז ער האט אן אגענדע דא, איך קען גוט דעם ב"ב פון זשעי נעט ער פלעגט דאווענען אין דער זעלבער שול ווי מיר, ער האט נישט קיין אנונג וואס די וויקיפעדיע איז און וויאזוי עס ארבייט אז ער זאל קענען זאגן אזעלכע דעטאלן, ער האט מיר געזאגט ווען מען האט עס בלאקירט אז די סיבה ווייל אסאך מענטשען האבן קאמפלעינט און אז מען וועט קאמפלעינן פארקערט וועט ער עס צוריק עפענען.--[[באַניצער:טעכניקער|טעכניקער]] 08:20, 23 מײַ 2008 (UTC)