אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אחז"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
'''אָחָז''' איז געווען [[מלך]] פֿון [[מלכות יהודה]] אין דער צײַט פֿון ערשטן [[בית המקדש]]. אחז האָט געקעניקט אומגעפֿער אין די יאָרן 720–735 פֿאַר דער [[קריסטלעכערגרעגאריאנישער צייט רעכענונגקאלענדאר|געווײנלעכער צײַט–רעכענונג]]. וועגן די מעשים פֿון אחז ווערט דערצײלט אין [[ספר מלכים|ספֿר מלכים]] ב' קאַפיטל ט”ז (ווי אויך אין [[דבֿרי הימים]] און [[ספֿר ישעיה]]). דאָרט ווערט אָנגעגעבן, אַז ער האָט אײַנגעפֿירט אין לאַנד יהודה און [[ירושלים]] די [[אפגאט|געצן–דינערײַ]] און האָט געטאָן „דאָס שלעכטע אין די אויגן פֿון [[גאָט]]“. אין זײַן צײַט האָבן די מלכים פֿון [[מלכות ישראל]] ([[אפֿרים]]) און פֿון לאַנד [[ארם]] אַנגעהויבן אַ [[מלחמה]] קעגן לאַנד יהודה און זענען צוגעקומען מיטן מיליטער ביז ירושלים. אחז האָט זיך געווענדעט נאָך הילף צו [[תגלת פלאסר]] דעם מלך פֿון [[אשור]]. פֿון דעמאָלט אָן איז יהודה געוואָרן אָפהענגיק פֿון אשור: דער נאָמען פֿון אחז ווערט אויך דערמאָנט אין די [[פֿלעקלשריפֿטן]] פֿון אשור. ער הײסט דאָרט „יאַ–חאַ–זו“, דאָס הײסט „יהואחז“. און עס איז פֿאַראַן אַ מײנונג, אַז דעריבער האָט מען אין [[תנ"ך]] אים גערופֿן נאָר אחז כּדי נישט צו דערמאָנען אויף דעם [[געצן–דינער]] דעם נאָמען פֿון גאָט. אין זײַן צײַט פֿאַלט אויס אַ טײל פֿון [[נבֿיאות–זאָגן]] פֿון [[ישעיה הנביא]].
 
{{מלכות יהודה}}
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/אחז"