אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פסח"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
ווען ערב פסח געפאלט שבת
שורה 264:
לשנה הבאה בירושלים הבנויה!!
 
 
== ווען ערב פסח געפאלט שבת==
אז ערב פסח געפאלט אום שבת, דארף מען ענדערן פארשיידענע הנהגות:
* [[תענית בכורים]] איז דאנערשטאג י"ב ניסן ווייל מען פאסט נישט שבת. (די ספרדים זענען מבטל תענית בכורים אינגאנצן אין אזא יאר.)
* מען איז בודק [[חמץ]] דאנערשטאג ביינאכט, אור לשלשה עשר (מיט א ברכה).
* מען פארברענט דאס איבעריגע חמץ פרייטאג פארמיטאג (אחוץ וואס מען גייט עסן אויף די שבת'דיגע סעודות). מען זאגט נישט ''כל חמירא'' ווייל מען וועט נאך עסן חמץ.
* מען קאכט נישט קיין חמצדיגע מאכלים אויף שבת הגדול, ווייל מען וועט נישט קענען רייניגן דעם טאפ.
* די ערשטע צוויי סעודות פון שבת מוז מען וואשן אויף חמץ אזוי ווי א גאנץ יאר (ווייל ערב פסח טאר מען נישט עסן קיין מצה). ביי די סעודות איז כדאי צו ניצן איינמאליגע געשיר און בעשטעק צו פארמיידן פראבלעמען מיט די מאכלים וואס זענען געקאכט אין יומטובדיגע כלים.
* מען דאווענט שחרית שבת הגדול גאנץ פרי אז מ'זאל האבן צייט צו קאנטשן די צווייטע סעודה פאר א דריטל פונעם טאג.
* מען ווארפט אוועק די איבערגעבליבענע קרישקעלעך פון חמץ אין דעם בית הכסא; וואו מען האט אן עירוב צו טראגן אינדרויסן קען מען אוועקווארפן דאס איבערגעבליבענע חמץ אין א מיסטקאסטן אויף דער גאס.
* נאכ'ן סוף זמן אכילת חמץ זאגט מען ''כל חמירא'' מבטל זיין דאס חמץ.
 
 
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/פסח"