אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וויטאמין C"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 13:
וויטאמינען האבן א טבע אז עס וועפט אויס זייער שנעל און וויטאמין סי. איז דאס מערסטע אזוי. אויב מען וועט צעשניידן די פרוכט וועט די וויטאמין ארויסגיין. אויב מען וועט דאס לאזן ליגן וועט דאס אויך ארויסגיין און די זעלבע ווען מען קאכט דאס אדער מען ווייקט דאס אין וואסער.
 
[[בילד:RedoxonVitaminC.jpg|left|thumb|250px|היינט קען מען קריגן וויטאמין סי אין [[פיל]]ן]]
די רעקאמענדירטע צאל וויטאמין סי. וואס דער קערפער דארף באקומען אין איין טאג איז צווישן 60 און 90 מיליגראם פער טאג. מענער דארפן האבן מער וויטאמין סי. ווי פרויען און די וואס רויכערן דארפן האבן 35 מיליגראם מער פער טאג וויבאלד די רויך וואס מען ציט אריין הרג'ט אפ די וויטאמין. א געזונטער מענטש וואס עסט נארמאל וועט באקומען אין זיין עסן ארום 72 מיליגראם וויטאמין סי. וועלכע איז איבער גענוג פאר זיין קערפער.
 
טייל וויטאמינען קענען שאטן אויב מען נעמט צופיל דערפון אבער וויטאמין סי. האט נישט דער פראבלעם און מען קען נעמען דערפון וויפיל מען וויל. דערפאר נעמען מענטשן וויטאמין סי. טאבלעטן כדי צו מאכן זיכער אז זיי באקומען די נויטיגע וויטאמינען וועלכע איז וויכטיג פאר'ן קערפער און העלפט אפשלאגן וויירוסעס וועלכע מען כאפט איבער איינער פונעם צווייטן. א קאלד איז איינע פון די סארט וויירוסעס וועלכע מען באקומט אפט און וויטאמין סי. קען העלפן דאס פארמיידן.
 
געוויסע דאקטוירים זאגן אז וויטאמין סי. קען העלפן אפשלאגן אדער פארמיידן די ביטערע מחלה [[קענסער]]. עס איז נאך נישט געהעריג פעסטגעשטעלט געווארן אויב עס איז טאקע אזוי אבער נאך אלץ לוינט זיך דאס צו נעמען ווייל עס שאדט דאך נישט און מען קען גארנישט דערלייגן. לויט זיי דארף דער מענטש האבן אסאך וויטאמין סי. צו קענען אפשלאגן די מחלה און זיי רעקאמענדירן מען זאל אייננעמען צווישן 10 און 12 גראם יעדן טאג.
 
דאקטוירים זענען צעטיילט אויב גאר אסאך פון די וויטאמין קען שאטן אדער נישט און רוב האלטן אז גאר אסאך קען יא שאטן. דערפאר איז אנגענומען מען זאל נישט נעמען מער ווי 2000 מיליגראם פער טאג.