אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יהודה פען"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
'''יודל (יהודה) פּען''' ([[ענגליש]]: ''Yehuda Pen''; [[רוסיש]]: ''Юрий Моисеевич Пэн''), געבױרן דעם [[יוני 5|5טן יוני]] [[1854]] אין נײַ-אַלעקסאַנדער, קאָװנער גובערניע, [[רוסלענדישע אימפּעריע]] (איצט זאַראַסײַ אין דער ליטװישער רעפּובליק); געשטאָרבן דעם 28סטן פֿעברואַר 1937 אין [[װיטעבסק]] ([[װײַסרוסלאַנד]]). ער איז געװען אַ רוסישער און װײַסרוסישער [[מאָלער]] פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, אַ מאָלערײַ-לערער און אַן אָנגעזעענער טוער פֿונעם "ייִדישן רענעסאַנס" אין דער [[קונסט]] פֿון װײַסרוסלאַנד אין אָנהײב פֿון [[20סטן יאָרהונדערט]]. אין [[1897]] האָט ער געגרינדעט אין װיטעבסק אַ פּריװאַטע [[שול]] פֿון צײכענען און מאָלערײַ. עס האָבן זיך בײַ אים געלערנט [[מאַרק שאַגאַל]] (Marc Chagall), [[אָסיפּ צאַדקין]] (Ossip Zadkine), [[אליִעזר ליסיצקי]] (El Lissitzky) און נאָך אַנדערע באַקאַנטע קינסטלער.
 
[[קאַטעגאָריע:קינסטלערסמאלערן]]
[[קאַטעגאָריע:ליטווישע יידן]]