אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יהודה פען"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
יודל (יהודה) פּען ([[ענגליש]]: ''Yehuda Pen''; [[רוסיש]]: ''Юрий Моисеевич Пэн''), געבױרן דעם 5טן יוני 1854 אין נײַ-אַלעקסאַנדער, קאָװנער גובערניע, [[רוסישערוסלענדישע אימפּעריע]] (איצט זאַראַסײַ אין דער ליטװישער רעפּובליק); געשטאָרבן דעם 28סטן פֿעברואַר 1937 אין [[װיטעבסק]] (װײַסרוסלאַנד). ער איז געװען אַ רוסישער און װײַסרוסישער מאָלער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, אַ מאָלערײַ-לערער און אַן אָנגעזעענער טוער פֿונעם "ייִדישן רענעסאַנס" אין דער קונסט פֿון װײַסרוסלאַנד אין אָנהײב פֿון 20סטן יאָרהונדערט. אין 1897 האָט ער געגרינדעט אין װיטעבסק אַ פּריװאַטע שול פֿון צײכענען און מאָלערײַ. עס האָבן זיך בײַ אים געלערנט מאַרק שאַגאַל (Marc Chagall), אָסיפּ צאַדקין (Ossip Zadkine), אליִעזר ליסיצקי (El Lissitzky) און נאָך אַנדערע באַקאַנטע קינסטלער.
 
[[קאַטעגאָריע:קינסטלערס]]