אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "געטא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ בוט מוסיף: et:Geto
שורה 13:
* [[היגיענע|ריינקייט]]: איז געטא איז נישט געווען [[זייף]] און גענוג [[וואסער]] צו רייניקן דעם [[קערפער]], און דאס האט גורם געווען צו פארשפרייטן שרעקליכע אנשטעקיקע קראנקייטן ווען [[מעדיצין|מעדיצינען]] איז נישט געווען.
* [[היץ]]: אין געטא איז נישט געווען קיין [[אויוון|אויוונס]], למשל אין [[לאדזשער געטא]] האבן מענטשן אפגעריסן [[פענסטער]]ס, [[בעט]]ן, [[טיר]]ן אד"ג כדי צו האבן מיט וואס זיך אנווארעמען. פיל מענטשן זיינען געשטארבן פון קעלט.
* [[הונגער]]: די באשטימע מאס עסן אין געטא איז געווען זייער ווייניק, בלויז 184 [[קאלאריע]]ן א טאג פאר א מענטש, וואס דאס איז ווייניקער פון 10 פראצענט פון וואס א מענטש דארף עסן א טאג. דאס געטא איז געווען אפגעשיידט פון שטאט, און מע האט נישט געקענט אריינבריינגען עסן פון דערויסן. אזוי האבן פיל מענטשן, (א פערטל פון רוב געטאס), איבערהויפט קינדער, געשטארבן, אויך אלס דעם האט זיך אנטוויקלט פיל כוליגאנישקייט אין די גאסן, מען האט געכאפט עסן איינער פון צווייטן אא"וו. אבער כאטש דעם איסור פון אריינברענגען עסן פון דרויסן האבן אזעלכע מצליח געווען אריינשמוגלען פון דרויסן עסן איבערהויפט אין ווארשעווער געטא וואס 80% פון די [[שפייז]] זיינעןאיז געווען פון דרויסן.
* [[דערצאיונג]]: אין געטא איז נישט געוועזן קיין פארמאלע [[שולע]]ס פאר קינדער, נאר אומפארמאלע שולעס וואס זייער ווייניק קינדער האבן זיך מיטגעטיילט. אזוי האבן די קינדער זיך געדרייט פוסט און ליידיק אין די גאסן אין פארלויף פון 3 יאר.
* [[יידישקייט]]: די נאציס האבן פארבאטן צו איינפירן יידישע [[מצווה|מצוות]] און [[מנהג]]ים, אבער טראצדעם האבן די [[רעליגיע]] שטילערהייט מקיים געווען תורה און מצוות. הרב [[יצחק ניסנבוים]] האט באשטימט דעם באגריף "קידוש החיים", און האט געזאגט אז ביי די שואה איז דאס לעבן "קידוש החיים" וויכטיקער פון "[[קידוש השם]]", און מע מעג אויפגעבן פון היטן די תורה אויף צו בלייבן לעבן.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/געטא"