אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "היתר מאה רבנים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נײַע אַרטיקל: '''היתר מאה רבנים''' איז א היתר וואס א בית דין גיבט ארויס פאר א פארהיירעטער מאן אז ער זאל קענען ח...
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 04:00, 1 יאַנואַר 2008

היתר מאה רבנים איז א היתר וואס א בית דין גיבט ארויס פאר א פארהיירעטער מאן אז ער זאל קענען חתונה האבן אפילו אויב זיין ווייב וויל נישט נעמען קיין גט.

היסטאריע

אין די תורה איז נישט פארהאן קיין איסור פאר א מאנספערזאן צו פארהייראטן מער ווי איין פרוי. צווישן די חרמות וואס רבינו גרשום מאור הגולה האט געמאכט איז דא צווי וואס פארשווערט פאר א מאן צו חתונה האבן אנע זיך פארגלייכן ערשט מיט זיין ווייב.

  1. אז מען טאר נישט חתונה האבן מיט צוויי פרויען (שלא לישא אשה על אשתו).
  2. אז מען טאר נישט געבן א גט פאר א פרוי אנטקעגן איר ווילן (שלא לגרש בעל כרחה).

צוליב די צוויי אויבערדערמאנטע חרמות קומט אויס אז א מאן איז קען ווערן מעוגן צו די ווייב פונקט ווי די ווייב ווערט צו די מאן דורך קידושין, די איינציגסטע אונטערשייד איז אז די קינדער פון אזא מאן איז נישט קיין ממזר.

רבינו גרשום האט אבער געמאכט א תקנה פאר א מאן, אז אויב עס איז דא א היתר פון הונדערט רבנים אז דער מאן מעג חתונה האבן מיט א צווייטע פרוי דאן מעג ער חתונה האבן מיט א צווייטע פרוי אפילו די ערשטע פרוי וויל נישט נעמען קיין גט.

די וועג ווי אזוי מען מאכט א היתר

א היתר פאנגט זיך אהן דורכדעם וואס מען שטעלט א בית דין (געווענליך רופט איינער דעם צווייטען צו דין תורה). די בית דין איז דן צו זי מוז נעמען א גט, אויב וויל זי נישט נעמען קיין גט דאן קען בית דין פסקנענן א היתר מאה רבנים צו די מאן.

די הונדערט רבנים

נאכדעם וואס עס איז דא פסק נעמט מען הונדערט רבנים און זיי שרייבן אונטער די פסק. די הונדערט רבנים דארפן זיין פון דריי אנדערע מדינות. מען איז געווענליך נישט מקפיד אז זיי זאלן זיין אזעלכע וואס האבן גענומען סמיכה, סתם כולל יונגעלייט איז אויך גוט, כאטש מערערע רבנים וואס פארען זיך מיט דעם וועלן דוקא יא זוכען כאטש איינער וואס איז עוסק אין תורה, ווי ראשי ישיבה, מגידי שיעורים, מלמדים אד"ג.

די היתר

נאכדעם וואס מען האט די הונדערט רבנים וואס האבן אונטערגעשריבן אויף די היתר שרייבט די מאן א גט פאר זיין פרוי. ער מאכט א שליח אויף די גט פאר די פרוי און מען לאזט איר וויסן אז סיי ווען זי וויל קען זי קומען נעמען די גט פון די שליח.