אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מנחם מענדל בייליס"

קאטעגאריע
(קאטעגאריע)
 
א שטורעם האט אויסגעבראכן אין זאל ווען מר וויסימירסקי האט געענדיגט. מרת טשעביריאק איז געזעסן אינ'ם זאל, ווארטנדיג איבערצוגעבן איר עדות. זי איז געווארן ווייס ווי קאלעך, און דער הויפט-פון-געריכט, באלדירעוו, האט איר פרובירט צו בארוהיגן. כנראה איז ער געווען א גוטע חבר אירע.. אלע וועלכע זענען געזעסן נעבן איר האבן זיך אוועקגעריקט, כאילו זי האט אין זיי מעורר געווען א פחד. עס איז קלאר געווען אז די באשוואוירענע זענען זייער נתפעל געווארן פון וואס זיי האבן געהערט. דער הויפט-פון-געריכט האט זיך געקערט צום עד און געפרעגט: "אויב דו האסט דאס אלעס געוויסט, פארוואס האטסו געשוויגן אזא לאנגע צייט"? "איך האב נישט געוויסט אז מ'וועט מיר רופן מעיד זיין" האט מר וויסימירסקי מודה געווען, "חוץ מזה האב איך געגלבייט בתמים אז דער אמת וועט ארויסקומען פון זיך אליינס".. עס איז קלאר געווען אז דער הויפט-פון-געריכט האט נישט געוואלט אויסהערן דעם עד פאר נאך א רגע. למעשה וואלט ער שוין לאנג געוואלט פטור ווערן פון עם..
 
[[קאַטעגאָריע:אנטיסעמיטיזם]]
[[קאַטעגאָריע:רוסלאנדבייליס פראצעס]]
 
 
[[en:Menahem Mendel Beilis]]
81,678

רעדאקטירונגען