אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יעקב דוד קאליש"
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
יעקב דוד קאליש איז אַריבער צו יעקב דוד קאליש (דער צווייטער) |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 1:
הר"ר '''יעקב דוד קאליש''' (תקע"ד - תרל"ח) איז געווען דער ערשטער [[אמשינאוו (הויף)|אמשינאווער]] רבי. ער איז געווען א זון פון הר"ר יצחק פון [[ווארקע]].
== יונגע יארן ==
יעקב דוד איז געבוירן אין [[זשאריק]] אין יאר [[ה'תקע"ד]]. שפעטער האט ער געוואוינט אין [[גאווארטשאוו]]; פון תקפ"ט אין ווארקע.
== משפחה ==
אין תקצ"ו האט ער חתונה געהאט מיט שרה לאה צוקערניק, א טאכטער פון ר' שלמה [[פארצעוו]]ער. פון זייערע קינדער נאר חיה פייגא איז געבליבן בחיים. זי האט חתונה געהאט מיט הר"ר [[ירחמיאל יהודה מאיר ראבינאוויטש|מאיר'ל פשיסחער]]. נאך איר פטירה אין תרי"ח, האט ער חתונה געהאט א זיווג שני חיה, א טאכטער פון ר' יעקב פון [[זארנאווצע]]. זיי האבן געהאט דריי זין:
* [[מנחם קאליש| מנחם]], דער צווייטער אמשינאווער רבי
* [[ישעיה קאליש|ישעיה]], דער פשיסחער רבי
* [[ירמיה קאליש|ירמיה]], דער [[אפאלע]]ר רבי
== רבנות און רעביסטעווע ==
ער איז געווען רב אב"ד אין [[גער]], דערנאך איז ער געווארן רב אב"ד אין אמשינאוו. נאך דער פטירה פון הר"ר [[פייוול פון גריצא]] אין תר"ט, וואס איז געווען דער רבי פון די ווארקער חסידים נאך דער אלטער ווארקער רבי'ן, האט הר"ר יעקב דוד אנגעהויבן צו פירן.
[[קאַטעגאָריע:פוילישע אדמורי"ם]]
|