אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אביגדור מילער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 38:
א אייניקל איז אמאל אריינגעקומען אין קאך אומגעראכטן טרעפט ער זיין זיידער ר' אבידור איינגעטונקן זיין [[קאפ]] אין א סינק וואסער, פרעגט ער אים וואס איז פשט, זאגט ער: ''איינער האט זיך אפגערעדט פאר מיר אז די לופט איז פארפעסטיגט און איך האב פארלוירן די ריכטיגע אהבת ה' פון די לופטן האב איך מיך געמוזט איינהאלטן דעם אטעם פאר א לאנגע צייט אונטערן וואסער און דערנאך אויסשרייען ווי גוט די לופט איז''...<ref>הקדמה פון זיין איידעם רב בראג אין צווייטין באנד פון ר' [[שמחה בונם קאהן'ס ספר ראביי מילער ספיקס</ref>
 
איינמאל איז זיין אייניקל א טאטע פון א שטוב מיט קינדער און א אנפירער פון די הצלה געשטארבן אין זייער מיאוסן טראגישן עקסידענט ווען יענער איז געפארן צום כותל מיט זיין זוהן פאר די בר מצוה. דאס איז געווען הארט פארן שיעור דאנערשטאג, און א צעטל איז געהאנגן איבערן אנזאג ווי די לוויה וועט פארקומען, ווען ער איז אראפגעקומען האט ער דאס באמערקט און געהייסען אראפפליקן. און פארגעלערנט דעם שיעור איבערחזארענדיג די יסודות פון זיין השקפה איבער שמחת החיים. דערנאך אויף די פריוואטע שאלה פארוואס אזא שטארקייט בשעת ווען די אברים פון זיין אייניקל ווערן נאך צאמגעקליבן פון די סצענע צו ווערן געברענגט צו די טהרה, האט ער געזאגט אז רוב אידן האבן נאך נישט געוויסט און די צעטל וואלט זיי צושטערט די שמחה און ער זעלבסט איז באמת געווען מער פרייליך דאנקענדיג גאט פאר אז טייערע מתנה פון זיין אייניקל וואס האט געלעבט עטליכע דרייסיג יאר, און קיין איין אנדערע אייניקל איז נאך נישט געשטארבן.<ref>מפי הרב יאווא פעלט מקור</ref>
 
איינמאל ווען ער האט געהאט א בלון אויף די אדערן פון הארץ און מען האט אים ארויסגעפירט פון אפערעיטינג רום, האט ער באמערקט זיינע 3 טעכטער מיט פארוויינטע אויגן איבערן תהלים, האט ער זיך אנגערופן אז ווען ער איז געווען אינג האט ער נישט געחלומט פון האבן פרומע קינדער נאר אזוי ווי די שטייגער פון אמעריקע אז די קינדער זענען דאן געווארן גוים, זעהנדיג ווי ערליך זיינע קינדער זענען פרייט ער זיך אז ער האט יסורים ווייל בלויז אזוי וועט ער נאך האבן עפעס עולם הבא. <ref>הרב בראג אין הקדמה צום צווייטען באנד ראביי מילער ספיקס</ref>.