אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מנחם מענדל בייליס"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 18:
אין יאר תרס"ה, האט ענדליך אויסגעבראכן דעם מערכה אויף אן ערנסטן אופן. די פויערן האבן אפן ווידערגעשפעניגט קעגן דעם צאר און פארלאנגט אן אייגענע ממשלה. כאטש דער צאר האט דאס פרובירט מבטל זיין ביד חזקה ]דעם ערשטן טאג זענען גע'הרג'ט געווארן מער ווי 1000 פויערן דורך די סאלדאטן פונ'ם צאר], האט דער צאר געמוזט עפעס נאכגעבן און האט אוועקגעשטעלט דער "דומא", א שטיקל רעגירונג געוועלט דורכ'ן פאלק. דער צאר האט גוט פארשטאנען אז ער שטייט אויף גאר א געפערליכן מצב און ער האט מחליט געווען צו גיין ביז'ן סוף אין זיין מלחמה קעגן עם ישראל. בסוד סודות, האט מען צווישן די ווענט פון די צארישע פאלאץ צוגעגרייט פארשידענע פלענער וויאזוי צו "ערקלערן" צו דעם רוסישן פאלק ווער זייער "אמת'דיגע" שונא איז, און וואס מ'דארף מיט עם טון [רח"ל]. איין מיניסטער איז געווען געשטעלט מסדר זיין די "פלוצלינגדיגע" פאגראמען.. אן אנדערע צו זען אז מ'זאל נישט איינזעצן קיין איינער פון די גוים וועלכע זענען משתתף אין זיי, א.א.וו. כדי צוצוהעלפן צום ענין, האט דער ממשלה אויפגעשטעלט אן ארגאניזאציע מיט'ן נאמען "די שווארצע הונדערטער", וועלכע איז געווען צוזאמגעשטעלט פון קבוצות פון הונדערט ווילדע מענטשן אין יעדן איינס, וואס זייער "ארבעט" איז געווען מסדר זיין און אויספירן די פאגראמען קעגן די יודן. אין דעם זעלבן יאר, האט מען אטאקירט 660 יודישע קהילות דורכאויס רוסלאנד. אין שטאט אודעססא [ביים שווארצן ים] אליינס זענען גע'הרג'ט געווארן 300 יודן. טויזנטער יודן זענען פארוואונדערט געווארן און נאכמער האבן כמעט נישט געהאט פון וואס צו לעבן. דער צאר האט דאן אויסגעטיילט "מעדאלן" צו די ראשים פון די "שווארצע הונדערטער" און דער גאנצע וועלט האט צוגעקוקט אומגלויבנדיג דעם שלעכצקייט פון דער צאר. א יאר דערנאך, תרס"ו, האט דער צאר געלאזט דעם מיליטער משתתף זיין אין פאגראמען אין ביאליסטוק און אין שעדליצע. דער "דומא" אין וועלכע עס זענען געווען אויסגעוועלט אפאר יודן אויך, האט געמאכט פראבלעמען פאר'ן צאר. דער דומא האט פארלאנגט חוקר צו זיין ווער עס איז שולדיג און זיי ברענגען צום משפט. דערפאר האט דער צאר געזען דערצו, אז במשך די נעקסטע צוויי יאר, ביז תרס"ז, האט מען "אויסגערייניגט" דער דומא פון איר יודן. עטליכע זענען אריינגעווארפן געווארן אין תפיסה און עטליכע זענען גע'הרג'ט געווארן דורך די שווארצע הונדערטער. דער דריטע דומא, וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר תרס"ז, איז געווען אינגאנצן פיל מיט שונאי ישראל. דער צאר האט כסדר מדגיש געווען אז אלע פאגראמען זענען "פלוצלינג" פארגעקומען אלס דעם גרויסן "כעס" פון דער "רוסישע פאלק" קעגן די יודן. עס האט אבער נישט אסאך געהאלפן, ווייל מער און מער רוסן האבן זיך צוגעשטעלט צום מרידה. דער צאר האט נאר געקענט האפן אז צוריק שטעלן דעם "בלוט-בלבול" אויף אן אופן וואס איז נאכנישט געהערט געווארן, דאס וועט עם ראטעווען. אין יאר תרע"א, האט דער דומא אפיציעל מודיע געווען אז "די יודן זענען א געפערליכע פאלק און זייער מסוכן". אין יענעם זעלבן יאר, כ' אדר תרע"א, איז פארשפרייט געווארן א ידיעה אז מ'האט געטראפן א טויטן גוי'שע קינד אין קיעוו. די פלענער זענען ליידער שוין געווען גרייט..
 
נעקסטע וואך אי"ה: ר' מענדל בייליס
 
== ג. ר' מענדל בייליס ==
 
אין קורצן פון פריער: יארן פון ביטערניש קעגן די מלוכה פון די צארן אין רוסלאנד האבן געברענגט דער באפעלקערונג צו מחשבות פון מרידה. די צארן האבן געזען מיט גרויס שרעק ווי די מלוכה גליטשט זיי ארויס פון די הענט. זיי האבן געזוכט מחדש צו זיין דעם עלילת דם אויף גאר א גרויסן אופן כדי פארשטיין צו געבן די פויערן אז די יודן זענען די אמת'ע שונאים וכו'. זיי האבן אויפגעשטעלט די "שווארצע הונדערטער" צו קענען דורכפירן זייער עצה. די פלענער זענען ליידער שוין געווען גרייט..
שורה 41 ⟵ 40:
נאך אפאר טאג האט דער פאליציי איינגעזעצט דעם פרוי טשעביריאק. אביסל שפעטער האט דער פאליציי אין מאסקווא [היינט דער הויפטשטאט פון רוסלאנד] איינגעזעצט נאך דריי מענטשן בקשר צו דעם ענין. שפעטער האט מען זיי געשיקט קיין קיעוו. די דריי מענטשן זענען געווען פון די ראשים פון די קבוצה פון טשעביריאק, און זענען געזען געווארן אין קיעוו דעם טאג וואס דער קינד איז נעלם געווארן. זיי פלעגן זיך פארשטעלן אלס הויך-ראנקיגע גענעראלן אינ'ם מיליטער, און די פאליציי האבן שווער געקענט גלייבן אז זיי זענען פשוט'ע רוצחים.
 
ביי דידער לוי' פון אנדרושה, וועלכע איז פארגעקומען א וואך נאך דער גוף איז אנפלעקט געווארן, האט מען שוין פארשפרייט צעטלעך צו פארטיליגן די יודן רח"ל, ווייל זיי האבן גע'הרג'ט אנדרושה צו נעמען זיין בלוט. "מ'דארף נוקם זיין זיין בלוט"! האבן די גוים געשריגן. זיי האבן מיט דעם פרובירט אוועקצונעמען דעם חשד פון די אמת'ע רוצחים און אויפקאכן דעם באפעלקערונג קעגן די יודן. אפילו נאכ'ן לוי' האבן די שווארצע הונדערטער נישט אויפגעהערט העצן. "איז דאס דעם מעגליך? אז די יודן האבן גע'הרג'ט אנדרושה און זיי גייען פריי, בשעת די "אומשולדיגע" זענען איינגעזעצט אין תפיסה"?? די שרייערייען האבן גע'פועל'ט וואס זיי האבן געוואלט.. א גרויסע פראפעסאר [דאקטער] א שונא ישראל, מיט'ן נאמען סיקארסקי האט געזאגט אז ער האט געזען דעם גוף פון אנדרושה, און ער זאגט מיט זיכערהייט אז דאס איז נישט געווען סתם א רציחה. דאס איז געטוען געווארן פאר "רעליגיעזע" סיבות [מקיים צו זיין א באפעל פון א געוויסע גלויבונג. ער האט נאך צוגעלייגט זיין גרויסע "מבינות" אז אין דעם גוף זענען געווען דרייצען שטאכן, און ביי יודן איז דער נומער דרייצען עפעס א וויכטיגע נומער... [ניבא ואינו יודע מה ניבא.. ווען א יודיש קינד ווערט דרייצען ווערט ער מחויב מיט אלע מצוות].
 
אפילו ביי די גוים, האט די זאך אויסגעזען אזא פשוט'ע ליגנט, עס איז ממש געווען א געלעכטער. אלע זענען זיכער געווען אז דער מעשה איז געטון געווארן דורך צעביריאק און דעם קבוצה אירע. קומען מענטשן און רידערן ארום וועגן יודן וכו'. ליידער ליידער האט זיך אויסגעשטעלט אז דאס איז בכלל נישט קיין געלעכטער. די "שווארצע הונדערטער" האבן דא געמאכט א קשר קעגן דעם יודישן פאלק. זיי האבן געהאט זייער א גרויסע השפעה בימים ההם, און זיי האבן זיך געגרייט ווייטער צו גיין מיט זייערע פלענער.
 
דעם אחריות אויפ'ן פראצעס האט מען ארויפגעלייגט אויף דער הויפט-פארשער "פענענקו". ער האט אנגעהויבן זיינע חקירות ביים נאכפרעגן ביי די שכנים און מעסטן דעם מרחק פון דעם הויז פון טשעביריאק ביז צום הייל ווי מ'האט געטראפן אנדרושה, ווי אויך דעם מרחק פונ'ם ציגל פאבריק ביז צום הייל. אזוי האט ער חוקר געווען עטליכע חדשים. ביזדערווייל זענען געקומען עטליכע באהאלטענע פאליציי און זיך געדרייט אין דעם פאבריק. זיי האבן געפרעגט די בייליס קינדער אויב זיי האבן געקענט אנדרושה. איינער איז געקומען וואוינען אין א הויז קעגן איבער דעם פאבריק. ערשט שפטער איז ר' מענדל געוואר געווארן אז ווען זיי האבן געזען אז דער חקירה קומט נישט אויס ווי זיי האבן געוואלט.. האבן זיי משחד געווען די רוסישע קינדערמיט ציקערלעך וכו' צו זאגן אז אנדרושה פלעגט זיך דרייען אינ'ם פאבריק און אז די קינדער האבן געשפילט מיט עם...
 
נעקסטע וואך אי"ה: איינגעזעצט
 
 
 
 
 
 
שורה 69 ⟵ 62:
ר' מענדל האט דורכגעליינט די שאלות. ווען ער איז אנגעקומען צום לעצטן שאלה, האט ער געפילט א שרעקליכן פחד, כאילו ער ווערט דערשטיקט. יעצט הייבט ער שוין אן פארשטיין וואס דא גייט געשען. ער האט פרובירט זיך שטארקן מיט'ן לשון פון די שאלה: " וואס ווייסטו וועגן דעם הרג'נען פון דעם קינד אנדרושה יושצינסקי"? אפשר דאך וועט ער נאר זיין אן עד אין די מעשה... ער האט געענטפערט אלע שאלות און אויף דעם שאלה האט ער געשריבן אז ער ווייסט גארנישט מער ווי וואס ער האט געהערט פון מענטשן אין די גאס. ווער דער רוצח איז און פארוואס ער האט דאס געמאכט, פון דעם האט ער נישט קיין מושג.. ער האט געקלאפט מיט'ן גלאק און קולייבקו איז אריין. ווען ער האט געליינט דעם תשובה איז ער געווארן זייער אויפגערעגט און געשריגן "דאס איז די גאנצע? נארישקייטן! אויב דו וועסט מיר נישט זאגן דעם אמת וועל איך דיר שיקן צום תפיסה אין פעטרובאבלובסקי [א באוויסטע תפיסה וועלכע האט געווארפן א פחד אויף אלע וואס האבן נאר דערמאנט דעם נאמען].
 
 
נעקסטע וואך אי"ה: שאלות
 
== ו. שאלות ==
 
 
אין קורצן פון פריער: י' אב תרע"א איז ר' מענדל איינגעזעצט געווארן. אין דעם זעלבן טאג האט מען באפרייט דעם פרוי טשעביריאק מיט איר קבוצה רוצחים. ר' מענדל האט נשיט געוויסט וואס וועט זיין מיט עם. מ'האט עם געסטראשעט מיט גרויסע עונשים אויב ער וועט נישט "מודה" זיין וואס ער ווייסט וועגן דעם קינד אנדרושה יוסשיצקי.
שורה 90 ⟵ 85:
 
 
== ז. שאלות (2) ==
 
 
אין קורצן פון פריער: נאכ'ן זיין אכט טאג אינ'ם "אוכראנא" איז ר' מענדל גענומען געווארן צום געריכט אין קיעוו פאר'ן אויספארשונג. עס האט אויסגעזען אז די פארשער ווייסן שוין גוט די תוצאות פון די חקירה נאך פאר עס האט זיך אנגעהויבן.
שורה 108 ⟵ 104:
ווען ער איז געקומען צום צווייטן מאל אין געריכט, האט ער דארט געטראפן פענענקו אליינס. דאס מאל אויך האט ער פארשיקט די פאליציי, די וועכטער און ער איז געזעסן א שטיק צייט אריינגעטון אין זיינע מחשבות. פלוצלינג קערט ער זיך צו ר' מענדל און זאגט: "בייליס! דא מוזט פארשטיין אז נישט איך בין דער וואס טוט דיר באשולדיגן. דאס איז דער "געגענט-ריכטער".. ער איז דאר וואס האט געהייסן דיר איינשפארן אין תפיסה"... "מ'גייט מיר איינשפארן?? מ'גייט מיר לייגן אין תפיסה?? איך וועל מוזן אנטון קליידער פונ'ם תפיסה??" האט ר' מענדל געזאגט, נישט גלייבנדיג וואס ער הערט דא. "איך ווייס נישט פונקטליך וואס וועט זיין מיט דיר, איך וויל נאר אז דו זאלסט וויסן אז די הוראות קומען פון עם און נישט פון מיר", איז געווען די קורצע תשובה. א קאלטע שווייס האט אנגעכאפט ר' מענדל. אויף דעם האט ער זיך שוין נישט גערעכנט.. אין תפיסה?? ער האט זיך געשפירט אינגאנצן פארלוירן.. ער האט גוט פארשטאנען אז דער פרשה וועט זיך נישט שנעל ענדיגן.. טראץ זיין גרויסע שרעק האט ער זיך געצווינגען צו רעדן: "איך קען אייך עפעס דערמאנען? דאס איז דעם ערשטן מאל אין מיין לעבן וואס איך האב צוטון מיט אזא הויך-ראנקיגע מענטש. איך ווייס אבער אז דער סדר גייט אז דאס ארבעט פונ'ם הויפט-פארשער איז נאכצוגיין דעם חשד און מברר זיין דעם אמת. נאך ער האט חוקר געווען אן אנגעגרייט א "באשולדינג-פאפיר" ערשט דעמאלס געבט ער איבער די זאך צום געגענט-ריכטער. אויב ער איז מסכים צו די ראיות, שיקט מען יענעם אין תפיסה, טאמער נישט, שיקט מען עם אהיים. אויב דו שיקסט מיר יעצט אין תפיסה, איז א ראיה אז דו האסט עפעס געטראפן קעגן מיר. אבער וואס האב איך געטון? מיט וועלכע זינד טוט מען מיר באשולדיגן"? "פרעגט מיר נישט קיין שאלות" האט ער שנעל געזאגט, "איך האב דיר שוין צופיל געזאגט, עס איז דער געגענט-ריכטער און נישט איך".. ר' מענדל האט געקענט זען פון זיין רעדן אז עפעס טוט זיך דא מאחורי הפרגוד.. דאס גאנצע זאך זעט אויס ווי עפעס א פינסטערע פלאן. ער האט אבער נישט געהאט קיין סאך צייט אריינצוקלערן דערין, ווייל דער פאליציי איז אנגעקומען עם צוריק צו באגלייטן צום אוכראנא. אין זיין האנט איז געווען דעם "באשולדינג-פאפיר" וועלכע איז נאך ביזדערווייל געווען געזיגלט און ר' מענדל האט עס נאך נישט געקענט זען. נאך אביסל צייט האט מען עם מודיע געווען אז ער גייט אין תפיסה. זיי האבן מסכים געווען צו זיין בקשה צו זיין נאך איין נאכט אינ'ם אוכראנא, מיט די יודן וואס ער האט דארטן קענען געלערנט.
 
נעקסטע וואך אי"ה: תפיסה
 
 
ז. תפיסה
 
== ז. תפיסה ==
 
 
אין קורצן פון פריער: מיט גרויס שרעק, ווערט ר' מענדל געוואר אז מ'גייט עם שיקן אין תפיסה אריין. יעצט זעט ער שוין אז די זאך איז גאר ערנסט און ער וועט ליידער נישט אזוי שנעל אהיימגיין.
שורה 126 ⟵ 124:
 
 
== ח. מיט די אנדערע איינגעשפארטער ==
 
 
ח. מיט די אנדערע איינגעשפארטער
 
אין קורצן פון פריער: ר' מענדל ביילוס זיצט אין תפיסה, דורכ'ן פאלשן חשד אז ער האט גע'הרג'עט דעם קינד יושצינסקי.
שורה 144 ⟵ 141:
 
 
 
== ט. די בריוון ==
 
 
אין קורצן פון פריער: ר' מענדל זיצט אין תפיסה נישט וויסנדיג וואס גייט מיט עם זיין. ער באקומט פעקלעך פון זיין משפחה און געבט גוט אכטונג אויף זיי נאך מ'האט עם פון עם איינמאל צוגע'גנב'ט. איינער האט עם זייער פיינט און זוכט א בלבול אויף עם כדי עם "אויספריוון" אויב ער וועט נישט גיין אויסזאגן די שומרים אויף די אנדערע. ער האט געטראפן זיין מעגליכקייט און ער שלאגט עם ביז עס בלוטיגט. אן אנדערע יוד וועלכע איז אויך אין תפיסה זאגט עם ער זאל אפוואשן די בלוט און פארגעסן דערפון. עס וועט זיין בעסער אזוי...
שורה 154 ⟵ 153:
 
 
י
י== . די שפיאנען ==
 
 
 
 
י. די שפיאנען
 
אין קורצן פון פריער: ר' מענדל ווערט געוואר אז מ'קען שיקן בריוון אהיים דורך איינער פון די שומרים. ער געבט זייער אכטונג נישט צו שרייבן עפעס מיט וואס מ'וועט עם קענען שפעטער באשולדיגן. ער שיקט אהיים איין בריוו און באקומט א תשובה. ווען דער שומר בעט עם צו ער וויל שיקן נאך א בריוו עטפערט ער אז נישט.
שורה 181 ⟵ 178:
 
 
 
== יא. אין 'שפיטאל' ==
 
 
אין קורצן פון פריער: די שומרים אין תפיסה געבן פארשידענע עונשים פאר ר' מענדל אלס דעם וואס ער האט געשיקט בריוון צו זיין משפחה, כאטש ער האט אין זיי גארנישט "שלעכט" געשריבן. נאך א צייט איז מען עם מודיע אז מ'גייט עם פירן אינ'ם בית המשפט און איבערגעבן די "באשולדינגס פאפירן". ווען ער האט זיי באקומען איז ער געווען זייער דערשאקן צו זען אז כאטש ער איז נישט דירעקט באשולדיגט מיט'ן הרג'נען דעם קינד פאר זיין גלויבונג [רעליגיע], איז ער יא באשולדיגט מיט זיין רציחה, אליינס אדער מיט שותפים.
שורה 195 ⟵ 194:
נאך א צייט איז אנגעקומען א שומר און געשריגן "שנעל! קום שוין! מיר גייען!".. ר' מענדל האט זיך נישט געקענט רירן, זיינע פוס זענען אזוי געשוואלן אז ער קען זיך אפילו נישט אויפהייבן רח"ל. דער שומר אבער שרייט ווייטער, גיי! גיי!. איינער פון די איינגעשפארטע האט געברענגט אפאר שטיקלעך שטאף און איינגעוויקלט זיינע פוס, און אזוי האט ער זיך געקענט שלעפן ביז'ן שפיטאל אויף די הענט און די פוס. ווען ער איז אריין איז דארט געווען א צוהעלפער וועלכע האט געוואוינט נישט ווייט פון די ציגל פאבריק. ווען ער האט דערקענט ר' מענדל, איז ער ווייס געווארן פון ערשטוינונג און רחמנות. ער האט באלד צוגעשטעלט ריינע קליידער און א גוטע בעט. נאך זיינע פיינונגען און צרות האט ער עם גאר שטארק מכיר טובה געווען פאר זיין גוטס. ווען ער איז אויפגעשטאנען איז דארט געווען א דאקטער וועלכע האט עם אפערירט אויפ'ן פוס. זיין חבר איז דעמאלס נישט דארט געווען, און ווען דער דאקטער האט אנגעהובן עפענען זיינע וואונדן, האט ער געשריגן פון ווייטאג. דער דאקטאר האט געלאכט: "גוט ביילוס! יעצט שפירסטו אויף זיך וויאזוי מען שניידט דיר... יעצט קענסטו שפירן וואס אנדרושה האט געשפירט ווען איר האט עם געשטאכן און ארויסגעצויגן זיין בלוט פאר אייערע געזעץ"... עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן וואס ער האט געפילט ווען ער ליגט דארט און הערט אזעלכע רייד. דער דאקטאר האט ממשיך געווען מיט זיין ארבעט און ר' מענדל האט געמוזט בלייבן שטיל און בייסן די ליפן. נאכ'ן אפעראציע האט מען עם געגעבן א בעט פאר דריי טאג. ער וואלט געדארפט זיין דארט אסאך לענגער נאך אזא אפעראציע, אבער דא האט מען נישט געזוכט עם גרינגער מאכן. מ'האט עם צוריק געגעבן זיינע אלטע קליידער און עם צוריק געפירט אין שפיטאל. ווען ער איז דארט צוריק איז ער געווען אליין, די צוויי "חברים" זיינע זענען שוין נישט געווען. ער האט געבעטן מ'זאל עם צושטעלן נאך איינעם און טאקע איינער איז געקומען. לכתחילה האט ער געמיינט אז דאס איז נאך א שפיאן אזויווי קוזאטשענקו, אבער דער האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין א אהנטליכע מענטש. ער איז דארט געבליבן אפאר וואכן, ביז עס איז געקומען זיין צייט באפרייט צו ווערן. פאר ער איז אוועק האט ער ארומגענומען ר' מענדל און געוויינט. "איך ווייס" זאגט ער "דו ליידסט אן קיין גערעכטיגקייט. גלייב אינ'ם באשעפער און ער וועט דיר העלפן. דו וועסט באפרייט ווערן, די יודן זענען אנשים ישרים". ווייטער איז ר' מענדל אליינס אינ'ם צימער, מיט זיינע מחשבות.
 
 
== יב. די אדוואקאטן ==
 
 
אכט חדשים זענען אריבער פון דעם שווערן טאג וואס מ'האט איינגעזעצט ר' מענדל. אכט טונקעלע חדשים און ער זעט נישט קיין שום עק צו זיין ליידן. ער ווייסט נישט וואס ווערט געטון פאר עם אין די וועלט, און ווער ס'גייט עם פארטרעטן בשעת'ן משפט. זיין פרוי און ברודער האבן עם שוין לאנג צוריק געהאט מודיע געווען אז זיי האבן געדינגען אן אדוואקאט מיט'ן נאמען "מארגולין". אויך האבן מיר געזען אינ'ם פריערדיגן קאפיטל אז שפעטער האט ער שוין געוויסט פון נאך צוויי אדוואקאטן. ער האט נאך אבער קיין איינער פון זיי נישט געטראפן. דער סיבה אויף דעם איז געווען ווייל לויט'ן געזעץ האט ער נישט געמעגט זיך טרעפן מיט קיין אדוואקאט ביז מ'האט עם איבערגעגעבן די באשולדינגס פאפירן. יעצט נאכ'ן באקומען די פאפירן האט ער שוין געמעגט זיך טרעפן און רעדן מיט זיי.
שורה 202 ⟵ 203:
 
 
 
== יג. נאך אדוואקאטן ==
 
 
אין קורצן פון פריער: נאך אכט לאנגע חדשים אין תפיסה, אן צו וויסן וואס וועט זיין מיט עם און אן קיין שום משפט, טרעפט זיך ר' מענדל מיט די ערשטע פון זיינע אדוואקאטן, מר גרוזענבערג. ער האט עם געזאגט אז יעצט נאך ער האט באקומען די באשולדינגס-פאפירן קען ער עם קומען באזוכן ווען ער וועט וועלן, און ער האט זייער מחזק געווען ר' מענדל אויף ווייטער.
שורה 221 ⟵ 224:
 
 
 
== יד. דער מענטש דערציילט ==
 
 
אין קורצן פון פריער: ר' מענדל טרעפט זיך כסדר מיט זיינע אדוואקאטן. איין טאג רופט מען זיין "חבר" פונ'ם צימער "פאשלאווסקי", צום ביורא פון די תפיסה. ווען ער קומט צוריק איז ער מלא שמחה און ער דערציילט ר' מענדל וואס איז געשען.
שורה 234 ⟵ 239:
ארום יענע צייט האבן זיך אנגעהויבן דרייען שמועות אינ'ם תפיסה. פאר ר' מענדל האבן זיי ענהאלטן אינטערסאנטע נייעס. מ'האט געשמועסט אז איינער מיט'ן נאמען "בראזול-בראשקאפסקי" האט געשריבן צום הויפט אנקלאגער [תובע] אז ער האט ביי זיך ראיות וועלכע ווייזן קלאר אז דער רציחה האט געהאט צוטון מיט'ן פרוי טשעביריאק און בכלל נישט מיט ביילוס.
 
== טו. שמועות ==
 
 
אין קורצן פון פריער: עס דרייען זיך ארום שמועות, וועלכע קומען אויך אן אינ'ם תפיסה, אז איינער מיט'ן נאמען "בראזול בראשקאפסקי" האט געשריבן צום הויפט אנקלאגער [תובע] אז ער האט שטארקע ראיות וועגן דעם רציחה אז עס האט גארנישט מיט ר' מענדל ביילוס.
שורה 253 ⟵ 259:
 
 
 
== טז. דער גענעראל ==
 
 
אין קורצן פון פריער: ר' מענדל איז שוין איינגעשפארט מער ווי א יאר [רח"ל]. זיין מצב איז זייער נישט קלאר ביי עם. עס זענען דא שמועות אז מ'האט מברר געווען זיכער אז דער רציחה האט מיט די פרוי טשעביריאק און נישט מיט עם. מצד אחר רופט מען עם אריין אויף נאך חקירות, און טשאפלינסקי, דער הויפט אנקלאגער פרובירט עס "מסביר" זיין אז די יודן האבן עם פארלאזט. ער ווארט שוין און האפט שוין אויף זיין באפרייאונג.
שורה 275 ⟵ 283:
 
 
 
== יז. האפענונג ==
 
 
אין קורצן פון פריער: טראץ די שרעקליכע פייונוגען, ווערט ר' מענדל נישט צובראכן אין זיין גייסט. ער ווייסט אז זיין גורל איז דעם גורל פון גאנץ כלל ישראל. ר' מענדל ווארט שוין זייער אויף דעם משפט, אבער ביזדערווייל ווייסט מען נאך נישט ווען דאס וועט זיין.
שורה 314 ⟵ 324:
 
 
 
== יט. פארגיפטונג! ==
 
 
אין קורצן פון פריער: ר' מענדל ווארט לכאורה אויף זיין באפרייאונג. עס געשענט למעשה נישט און מ'רופט עם אריין אויף ווייטערע חקירות. ער פארשטייט אז עפעס האט זיך דא אומגעקערט, אבער ער איז אינגאנצן אין די פינסטערניש, ער ווייסט נישט מה יולד יום.
שורה 333 ⟵ 345:
 
 
 
== כ. נייע פאפירן ==
 
 
אין קורצן פון פריער: די שונאי ישראל געבן נישט אויף.. דער פרשה ווערט נאכאמאל געעפנט נאך די נייע ראיות, אבער דאס מאל זענען די שלטונות מחליט אז מ'וועט צוזאמשטעלן א 'ריכטיגע' באשולדיגונג ויהי מה. אלע וועלכע פרובירן מגלה זיין דעם אמת רודף'ט מען מיט אכזריות. דער אדוואקאט זאגט פאר ר' מענדל ער זאל נישט אננעמען עסן פון שטוב אלס חשש אז די גוים וועלן דאס פארגיפטיגן.
שורה 352 ⟵ 366:
 
 
 
== כא. די פאפירן ==
 
 
אין קורצן פון פריער: מ'רופט ר' מענדל אריין צום ביורא און מ'געבט עם די נייע באשולדינגס-פאפירן. דאס איז א פעקל פון בערך דרייסיג עמודים ווי עס ווערט אראפגעלייגט די גאנצע השתלשתלות הענינים. וועגן די שוואכע מצב פון זיינע אויגן קען ער נאר ליינען אביסל אויף אמאל.
שורה 373 ⟵ 389:
 
 
 
== כב. די פאפירן [ב] ==
 
 
אין קורצן פון פריער: ר' מענדל ליינט די נייע באשולדינגס-פאפירן, ווי ער זעט אז די אלע וועלכע מ'האט קודם חושד געווען אינ'ם רציחה האט מען באפרייט אלס "ערליכע מענטשן". דער וואס איז יא נחשד, איז מענדל ביילוס, וועלכע האט עס 'געטון' אלס זיין רעליגיעזע פליכטן. מ'האט געמוזט פרעגן די "מומחים" צו דער רציחה איז געטון געווארן פאר רעליגעזע סיבות. ער ליינט ווייטער..
שורה 382 ⟵ 400:
 
 
 
== כג. דער משפט דערנענטערט זיך ==
 
אין קורצן פון פריער: ר' מענדל ליינט ווייטער די נייע פאפירן, ווי ער זעט פונקטליך וויאזוי די שלטונות זענען צוגעקומען צום 'מסקנא' אז אין דעם רציחה איז שולדיג א יוד וועלכע האט עס געטון וועגן רעליגיעזע סיבות. ער ענדיגט צו דאס ליינען..
שורה 399 ⟵ 419:
 
 
 
== כד. דער וועג צום משפט ==
 
אין קורצן פון פריער: נאך צוויי און א האלב יאר, זעט שוין אויס ווי די משפט גייט שוין ענדליך פארקומען.
שורה 417 ⟵ 439:
 
 
 
== כה. דער משפט הייבט זיך אן ==
 
אין קורצן פון פריער: מען פירט ר' מענדל צום בית המשפט, באגלייט מיט א ריזיגע מיליטערישע שטאב. אין בית המשפט טרעפט ער זיך צום ערשטן מאל מיט איינער פון זיינע אדוואקאטן מיט'ן נאמען קאראבטשעווסקי. ווען ר' מענדל בעט עם אויב ער קען ערלעדיגן עפעס צו עסן פאר עם, געבט ער איבער דעם בקשה צום גענעראל- דער הויפט ממונה אויפ'ן שמירה פון ר' מענדל.
שורה 438 ⟵ 462:
 
 
 
== כו. באשווערן די עדים ==
 
 
אין קורצן פון פריער: ר' מענדל זיצט אינ'ם ריזיגן זאל פונ'ם בית המשפט, אין דעם ארט וועלכע איז באשטימט פאר'ן באשולדיגטער. דער ביהמ"ש איז פיל מפה אל פה מיט מענטשן פון איבער די וועלט וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם משפט. ער באטראכט די צוועלף באשוואוירענע וועלכע וועלן מחליט זיין דעם משפט, און זיין הארץ צוגייט! זיי זענען פשוט'ע מוזשיקן, וולעלכע וועלן זיכער נישט קענען מיטהאלטן אזא קאמפליצירטע משפט. ווער ווייסט אויב זיי זענען שוין נישט יעצט אנגעקלעבט מיט שנאת ישראל, און גלייבן די אלע שרעקליכע חשדות. ער לייגט זיין בטחון אינ'ם בורא עולם.
שורה 458 ⟵ 484:
איינער פון די בעלי עגלה האט מעיד געווען: "מיר זענען געווען א גאנצן צייט אינ'ם פאבריק. מיר זענען אפילו געשלאפן דארט. מיר ווייסן אלע אז ביילוס איז א ערליכע מאן".
 
 
== כז. וויסימירסקי ==
 
 
אין קורצן פון פריער: מ'הייבט אן דעם משפט מיט די עדות פון די בעלי עגלה וועלכע האבן געארבעט אינ'ם פאבריק. אלע זענען מעיד אויפ'ן ישרות און ערליכקייט פון ר' מענדל.