אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בני נח"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 3:
לויטן [[רמב"ם]] (אין [[משנה תורה]], הלכות מלכים ט, א) הייסן זיי "בני נח" נאר אויב זיי זיינען זעלבסטבאוווסטיק און זיינען מקיים די זיבן [[מצווה|מצוות]] אלס א פארבאט פון די יידישע [[תורה]] וואס דאן האבן זיי א חלק [[עולם הבא]]. אבער אויב זיי טוהען דאס מיט זייער אייגענע פארשטאנד, הייסן זיי נאר "חכמי אומות העולם". אויך שטייט דארט אז א גוי וואס היט נישט די זיבן מצוות בני נח, און ער איז אונטער א יידישע מאכט, דארף מען אים שטראפן מיט [[טויט]].
 
היינט זיינען דא עטליכע [[מיסיאן|מיסיאנערישע]] ארגאניזאציעס וואס פארשפרייטן די זיבן מצוות און מאכן זיי באוווסט פאר די גוים. איינע פון די גרויסע פארשפרייטערס איז געווען ר' [[מנחם מענדל שניאורסאהן]], [[ליובאוויטש]]ער רבי. אויך היינט זיינען זיינע חסידים ממשיך צו פארשפרייטן אין דידער וועלט די זיבן מצוות.
 
== חסידי אומות העולם פון דער צווייטער וועלט קריג ==
אין די מאדערנע וועלט רופט מען "חסידי אומות העולם" פאר אזעלכע גוים וואס האבן געהאלפן די יידן ביי דער [[צווייטער וועלט קריג]], ביי דעם [[חורבן]], ווען טויזנטער גוים וואס האבן באהאלטן אידן און זיי געראטעוועט פון [[טויט]] איינשטעלנדיג דערביי זייער אייגן לעבן. דערדי ישראל'ישער ארגאניזציע "[http://www.yadvashem.org יד ושם]" האט אן עקסטערן אפטיילונג פאר די "חסידי אומות העולם" צו געבן אן אפדענק און אנערקענונג פאר די מענטשן.
 
[[en:B'nei Noah]]