אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דוב מטשעהרין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 9:
ר' דוב האט געפאלגט וואס זיין ראש החבורה האט געזאגט, און אהיים קומענדיג איז ער די ערשטע צייטן נישט געגאנגען זעהן ר' נחמן. דורך א שטיק צייט עס איהם געווארן ענק אין זיינע וועגן וויאזוי צו דינען השי"ת, ער פלעגט זייער וועלן אויפשטיין אינמיטן נאכט און זאגט [[תיקון חצות]] ווי די ערשטע חסידים פלעגן זיך פירן, און ער האט עס נישט געקענט דורך פירן. ער האט פרויבירט זיך געבן א עצה, ער האט געדונגען א גוי זאל איהם וועגן יעדע נאכט ווען עס ווערט האלבער נאכט, אבער עס האט נישט גענוצט, זיין גוף האט געדארפט נאך שלאפן, ווען דער גוי איז אוועק געגאנגען האט ער זיך צוריק געלייגט, האט ער געזאגט פארן גוי ער זאל נישט אוועק גיין ביז ווילאנג ער וועט אויפשטיין זיך אנטועהן די מלבושים, אזוי האט ער טאקע געטוהן, אבער עס האט ווייטער נישט געטויגט, ער האט זיך געדרייט א גאנצען טאג מידער הייט, די קאפ האט וויי געטוהן, ער האט געפילט ער האלט עס נישט אויס.
 
דא האט ער אויך געהאלטן עטליכע יאהר נאך די חתונה און קיין קינדער האט ער נישט געהאט, דאס האט זייער צובראכן. ער איז אריין צו ר' נחמן און זיך אויסגערענט דאס הארץ פאר איהם. ר' נחמן האט איהם אויסגעלערנט זאכן וואס ער דארף צו וויסן צו קענען פונקציאנירן און ווייטער דינען השי"ת דערמיט ווי עס שטייט שפעטער.
 
ר' דוב האט געשפריט גרויס לעבן ביי זיין נייער רבי, ער האט געמאכט ביי זיך ער בלייבט דא, א שטיק צייט שפעטער ווען ער איז שוין צוריק געפארן קיין דאשיב האט ער געפרעגט זיין רבי ר' נחמן ווי זאל ער טוהן מיט זיינע חברים ר' יודל און ר' שמואל אייזיק פון דאשיב, זיי וולען ווערן בייז אויף אויהם ווען זיי וועלן הערן אז ער איז אריין צו ר' נחמן. זאגט איהם ר' נחמן שרעק זיך נישט פאר זיי, פיהר דיך אויף מיט תמימות און פשיטות, און זאג זיין דעם אמת וואס די שפירסט און וואס די האלטץ.
 
ר' בער איז צוריג געפארן קיין דאשיב, ער האט באגעגענט די גאנצע חבורה, ער האט גלייך אנגעהויבן צו דאווענען און לערנען מיט ברען און לעבן אזוי ווי די ערשטע ברעסלבער חסידים האבן זיך געפירט, ער האט געפאטשט ביין דאוונען מיט פרייליכקייט און שמחה, יעדער האט איהם געפרעגט וואס איז געשעהן מיט אייך ? האט ער פאר יעדען דערציילט ער איז דא א יונגערמאן אין מעדוועדיבקא ער הייסט ר' נחמן, ער איז א וואונדער איד, ער איז א קלוגער איינס אין דער וועלט, ער לערנט אויס צו דיענען השי"ת פאר יעדען לויט זיין וועג, און איך בין געווארן זיין חסיד. די חבורה האט געזעהן אז ר' דוב איז טאקע דערהויבן געווארן און האבן געמאכט ביי זיך אז אויב איז דאס טאקע אזא גוט פלאץ אויב איז ר' נחמן אזא גרויסער רבי אפשר דארפן מיר אויך גיין צו איהם, האבן זיי געמאכט ביי זיך אז אלע הייבן זיך גלייך אויף און פארן אריבער קיין מעדוועדיבקא זעהן וואס איז דאס ר' נחמן מיט זיין נייער וועג.
 
די חבורה האט
 
== הנהגות וואס ר' נחמן האט איהם געלערנט ==
שורה 19 ⟵ 25:
איינמאל קומט צו גיין די מאמע פון ר' דוב און פארציילט פאר ר' נחמן אז ר' דוב איז פאר'עקשנ'ט און וויל דווקא אויפשטיין חצות, און דאס שאדט איהם דערנאך, זיין קאפ טוט וויי און ער ווערט אינגאנצען פארמישט, ר' נחמן האט איהם דאן געלערנט אז אפילו מען מוז זאגט חצות, אבער דאס איז נישט דער עיקר, ער האט איהם געזאגט: שלאף און עס נאר היט די צייט, ער האט איהם געזאגט פיר זיך אויף אזוי, דערנאך קום צוריק צו מיר, א שטיק צייט דערויף האט איהם ר' נחמן געזאגט קענסט אויפשטיין חצות אבער נישט זייגער צוועלף, דיי חצות וועט זיין דריי אזייגער, אזוי האט ער זיך געפירט זיין גאנץ לעבן, און די מעטשן פון זיין שטאט האבן געוואוסט ווען ר' דוב קומט אין שוהל איז דאן דריי אזייגער.
 
ר' נחמן האט איהם אויך געלערנט עס רזאל נישט אויפגעבן זיין ארבייט, ער זאל עוסק זיין ווייטער אין פרנסה, נאר ער זאל זיין געווארנט צו געבן א פיפטעל פון זיין פרנסה פאר ארימעלייט, דאס הייסט פון אלע געלטער וואס ער פארדינעט זאל ער גיבן א פיפטעל געלד פאר צדקה, ער האט אזוי געטוהן זיין גאנץ לעבן, ער איז געווארן א ריזן עושר, און זיך פארמאסטן מיט די גרעסטע אידישע רייכע לייט פון אוקריינא.
== זיינע מעלות ==
 
זיין מנהג געבן א פופטעל האט ער אנגעהאלטן זיין גאנץ לעבן, ער האט אמאל געזאגט: "מיט מיין חומש האב איך קיין מורא נישט אפילו פאר דעם בית דין של מעלה, סע וועט מיר נאך ארויס קומען"."
 
== זיינע מעלות ==
 
ר' נחמן האט איהם געלויבט פאר זיינע גוטע זוטן, ער האט אמאל געזאגט אויף איהם ער האט מורא פון גאט אזוי שטארק ווי א מענטש האט מורא פון די רויסישע סאלדאטן ווען זיין שמייעסן.
== זיין הויזגעזונד ==