אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "װיקיפּעדיע:דריי-מאל צוריקדרייען"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
דערווייל מעקט אונזער אדמין אן זיך דורכרעדן
שורה 29:
עס איז דא נאך פעלער ווי צוריקדרייען ווערט נישט פאררעכנט ווי א צוריקדריי קעגן די פאליסי:
 
* צוריקדרייען כדי אראפצונעמען פשוטע [[וויקיפעדיע:וואנדאלזים|וואנדאליזם]] ווי אויסליידיגן די אינהאלט פון א בלאט, אדער פון טוישן די אינהאלט פון א בלאט צו סתם שטותים. די אויסנאם איז נאר גילטיג דארט ווי עס איז קלאר אז דאס איז וואנדליזם און מען דארף נישט לייענען צופיל פון בלעטעל דאס צו זעהן. אויב די וואנדליזם איז נאר באמערקבאר צו די וואס האבן אנטייל גענומען אין שרייבן די ארטיקל, דאן איז די אויסנאם נישט גילטיג.
 
* צוריקדריי וואס נעמען אראף קלארע קאפירייט פארבאטונגן, און ספעם, אדער נישט פרייע אינהאלט.
 
* צוריקדריי וואס נעמט אראף קלארע אויסגעטראכטע זאכן קעגן לעבעדיגע מענטשן, אנע מקור אדער שוואך מקורות קאנטריווערסיעל אינהאלט אנטקעגן לעבעדיגע מענטשן.
 
* צוריקדריי וואס נעמט אראף עדיטס געמאכט דורך באנוצער וואס איז בלאקירט יעצט און האבן זיך ארויסגעדרייט פון די בלאקירונג.
 
* צוריקדריי וואס נעמט אראף לינקס וואס פירן צו אינהאלט וואס אטאקירט, באליידיגט אדער אנטפלעקט די פריוואטקייט פון א מענטש.
 
* צוריקדריי וואס ווערן געטאן דורך א באניצער צו זיין אייגענע [[באנוצער בלאט]], אויב די צוריקדריי טוען נישט עובר זיין אויף פריוואטקייט אדער באשמוצן אנדערע מענטשן.
 
סיי וועלכע פון די אויבערדערמאנטע אויסנאמן איז נישט זיכער אז זיי זאלן זיין אן אויסנאם אויב עס איז צו קאנטריווערסיעל, נאר די קלארסטע פעלער פון די אויבערדערמאנטע וועלן ווערן פאררעכנט אלס אן אויסנאם. און אלס אזוינס אויב האט איר א ספק, דאן זאלט איר '''נישט''' צוריקדרייען און ענדערש בעט הילף פון אן אדמין.