אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חיים פאלאדזשי"

רב און פוסק
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נײַע אַרטיקל: ר' חיים פלאג'י איז געווען פון די אויסגערופענע גאונים און מחברי ספרים פון דעם ספרדישן אידענטוהם. ...
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 15:56, 5 אויגוסט 2007

ר' חיים פלאג'י איז געווען פון די אויסגערופענע גאונים און מחברי ספרים פון דעם ספרדישן אידענטוהם.

ער איז געבוירן אין שטאט איזמיר אין טורקיי, אין יאהר ה'תקמ"ז, זיין פאטער איז געווען ר' יעקב ב"ר חיים, זיין מאמע האט געהייסן קאלי קאדין, די טאכטער פון דער גרויסען באקאנטען גאון ר' יוסף רפאל חזן דער מחבר פון די וואונדערליכע ספרים חקרי לבן.

ר' חיים איז געווען א תלמיד פון ר' יצחק גאטנייו דער מחבר פון די ספרים בית ישחק, בית מועד. אויך האט ער אסאך געלערנט ביי זיין זיידע דער חקרי לב.

ער האט מחבר גאר אסאך ספרים מיר וועלן אויסרעכענען דא אסאך פון זיי אויפן סדר הא"ב

אבי הנחל אויף מדרש אגדת בראשית,

ארצות החיים, צוזאעמענן גענומען אלע מדרשי חז"ל וואס רעדט וועגען די הייליגעקייט און גרויסקייט פון ארץ ישראל, און צוגעלייגט דערויף זיין פירוש

ברכות מועדיך לחיים, צוויי חלקים דרושים אויף ימים טובים.