אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דוב מטשעהרין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 4:
 
 
== וויאזוי ער אזיאיז דערנענטערט געווארן צו ר' נחמן ==
ר' דוב איז ארגינעל געווען פון די חבורה פון ר' יודל ממעדוועדיבווקא, פון די תלמידים פון ר' [[פנחס מקאריץ]], זיינע עלטערין האבן געוואונט ארום מעדווידעבווקא, ער איז געווארן א איידעם אין דאשיב און האט דארט געוואונט [[קעסט]] ביי זיין שווער. נאך א שטיק צייט האט ער געמוזט צוריק גיין צו זיינע עלטערין, ר' יודל האט איהם דאן געזאגט, די פארסט צוריק דארט נעבן דיין שטעטל אין מעדווידעבווקע האט זיך לעצטענס אריין געצויגן א נייער רבי ר' [[נחמן מברסלב]] איך האלט זאלסט נישט אריין גיין צו איהם, פארוואס דארפסטו זיך זיכן נייע וועגן ?.
 
ר' דוב האט געפאלגט וואס זיין ראש החבורה האט געזאגט, און אהיים קומענדיג איז ער די ערשטע צייטן נישט געגאנגען זעהן ר' נחמן. דורך א שטיק צייט עס איהם געווארן ענק אין זיינע וועגן וויאזוי צו דינען השי"ת, ער פלעגט זייער וועלן אויפשטיין אינמיטן נאכט און זאגט [[תיקון חצות]] ווי די ערשטע חסידים פלעגן זיך פירן, און ער האט עס נישט געקענט דורך פירן. ער האט פרויבירט זיך געבן א עצה, ער האט געדונגען א גוי זאל איהם וועגן יעדע נאכט ווען עס ווערט האלבער נאכט, אבער עס האט נישט גענוצט, זיין גוף האט געדארפט נאך שלאפן, ווען דער גוי איז אוועק געגאנגען האט ער זיך צוריק געלייגט, האט ער געזאגט פארן גוי ער זאל נישט אוועק גיין ביז ווילאנג ער וועט אויפשטיין זיך אנטועהן די מלבושים, אזוי האט ער טאקע געטוהן, אבער עס האט ווייטער נישט געטויגט, ער האט זיך געדרייט א גאנצען טאג מידער הייט, די קאפ האט וויי געטוהן, ער האט געפילט ער האלט עס נישט אויס.
 
דא האט ער אויך געהאלטן עטליכע יאהר נאך די חתונה און קיין קינדער האט ער נישט געהאט, דאס האט זייער צובראכן.
שורה 13:
== הנהגות וואס ר' נחמן האט איהם געלערנט ==
 
פון גרויס צובראכענקייט האט ער מחליט געווען ער וועט פרויבירן אריין גיין צו ר' נחמן. ער איז געפארן אויף מעדווידעבווקע און האט זיך אויסגערעדט זיין שווער הארץ פארן רבין, קודם האט ער געזאגט רבי איך האב נישט קיין קינדער, זאגט איהם ר' נחמן, די עצה צו האבן קינדער איהר זאלט גיעבן צדקה, זאגט ער פארן רבי אז איך האב נישט קיין געלד, זאגט איהם דער רבי האב אמונה אין גאט גלייב אז השי"ת איז מלא כל הארץ כבודו, דאס ווערט פארעכענט אזוי ווי צדקה, ווי עס שטייט ויאמן בה' ויחשבה לו צדקה.
 
דערנאך האט ער אויסגערעדט זיין גאנץ הארץ פאר ר' נחמן, און ר' נחמן האט צו איהם גערעדט זיסע טרייסט רייד, און איהם געשטארקט מיט חיות, ער האט געשפירט אז ער נעמט איהם איבער, ער האט אפגעמאכט, ער בלייבט דא, ער וועט הערן וואס ר' נחמן זאגט.
 
איינמאל קומט צו גיין די מאמע פון ר' דוב און פארציילט פאר ר' נחמן אז ר' דוב איז פאר'עקשנ'ט און וויל דווקא אויפשטיין חצות, און דאס שאדט איהם דערנאך, זיין קאפ טוט וויי און ער ווערט אינגאנצען פארמישט, ר' נחמן האט איהם דאן געלערנט אז אפילו מען מוז זאגט חצות, אבער דאס איז נישט דער עיקר, ער האט איהם געזאגט: שלאף און עס נאר היט די צייט, ער האט איהם געזאגט פיר זיך אויף אזוי, דערנאך קום צוריק צו מיר, א שטיק צייט דערויף האט איהם ר' נחמן געזאגט קענסט אויפשטיין חצות אבער נישט זייגער צוועלף, דיי חצות וועט זיין דריי אזייגער, אזוי האט ער זיך געפירט זיין גאנץ לעבן, און די מעטשן פון זיין שטאט האבן געוואוסט ווען ר' דוב קומט אין שוהל איז דאן דריי אזייגער.
 
== זיינע מעלות ==