אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלמה המלך"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 7:
שלמה איז געווארן קעניג אין יאר ב'???"? אין די צייט וואס זיין פאטער [[דוד המלך|דוד]] דער פריעריגער קעניג האט נאך געלעבט. זעט '''[[אדוניהו]]''' פאר מער דעטאלס.
== די חכמה פון שלמה ==
שלמה המלך האט דעם טיטל "חכם מכל אדם", דאס מיינט דער קלוגסטער פון אלע מענטשען.
עס ווערט דערציילט אין [[מלכים]] [http://kodesh.snunit.k12.il/i/t/t09a03.htm א' פרק ג']: ווען שלמה המלך האט איבערגענומען די קעניגרייך פון דוד המלך, איז שלמה דאן געווען אומגעפעער 16 יאר אלט. און [[גאט]] האט זיך צו אים באוויזן אין [[חלום]], און אים אנגעבאטן צו בעטן סיי וואס דאס הארץ זיינס באגערט. האט שלמה המלך געבעטן קלוגשאפט, צו קענען פסקנען פארן פאלק מיט גערעכטיקייט. גאט האט אים באלד חכמה געשענקט און דערצו אויך רייכקייט מיט כבוד. גאט האט אים צוגעזאגט אויך לאנגע לעבנסיארן אויב ער וועט גיין אין גאטס וועגן, אבער צום סוף אלץ זיינע [[#שלמהס זינד|זינד]] איז ער אוועק פון דער וועלט רעלאטיוו יונגערהייט.