אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יידישע גראמאטיק"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
==אַרטיקלען==
{{אנווייז צום הויפט טעמע|/ארטיקלען}}
===דערקלער־טאַבעלע - אַרטיקלען===
*אין [[מערצאל]] (לשון רבים) זאגט מען אלעמאל '''די''', סיי אויב עס רעדט זיך פון א [[מענלעכע פארם]], [[ווייבלעכע פארם]] אדער [[נייטראלער מין]]. אבער אין לשון יחיד ווענדט זיך עס אין וועלכע טייל געפינט זיך דאס [[זאכווארט]].
 
און אין [[איינצאל]] (לשון יחיד) ווי פאלגנדיק:
*נארמאל אויב דאס זאכווארט געפינט זיך אין דער אנהייב פון דעם ווארט, קומט '''דער''' אין א מענליכע פארם, '''די''' אין א ווייבלעכע פארם און '''דאס''' אין א נייטראלער מין. (דער מאן, די פרוי, דאס קינד), און דאס הייסט "נאָמינאַטיוו".
*אויב קומט דאס ווארט באשרייבן "וועמען", דאן קומט '''דעם''' אין א מענלעכע פארם (איך נעם דעם מאן, איך נעם די פרוי, איך נעם דאס קינד). און דאס הייסט "אַקוזאַטיוו".
 
*אויב קומט דאס זאכווארט מיט א שייכות צו א פריעריקע ווארט, ווי צום ביישפיל: מיט, צו, אונטער, אויף אדג"ל, קומט '''דעם''' אין א מענלעכע פארם, '''דער''' אין א ווייבלעכע פארם און '''דעם''' אין א נייטראלער מין. (איך גיי מיט דעם (מיטן) מאן, איך גיי צו דער מאמע, איך גיי אונטער דעם (אונטערן) קינד).
 
{| align="center" style="border: 1px solid #B8C7D9; background:#f5faff; width:500px; " cellspacing="0"
|-
|style="background-color:#cedff2;" |
| style="background-color:#cedff2;" | '''נאָמינאַטיוו'''
|style="background-color:#cedff2;" |'''אַקוזאַטיוו'''
|style="background-color:#cedff2;" |'''דאַטיוו'''
|-
|'''יחיד, זכר (מענלעך)'''
|דער
|דעם
|דעם
|-
|'''יחיד, נקבֿה (ווײַבלעך)'''
|די
|די
|דער
|-
|'''יחיד, נייטראַל'''
|דאָס
|דאָס
|דעם
|-
|'''רבים (מערצאל)'''
|די
|די
|די
|}
# נאָמינאַטיוו (ווער אדער וואס): איז דער [[סוביעקטיוו]] (זאכטייל) פונעם [[זאץ]]. דאס קומט אין אלגעמיין ביים אנפאנג פון דעם זאץ.
# דאַטיוו (וועמען): איז דער [[דירעקטע אביעקט]] און דאס קומט אין אַלגעמיין מיט א פארבינדונג-ווארט. (צומאָלן באַהאלטן).
# אַקוזאַטיוו (ווען...): איז דער [[אומדירעקטע אביעקט]] און דאס קומט קיינמאל נישט מיט א פארבידונג-ווארט (מיט, צו, אונטער, אויף אדג"ל). אַקוזאַטיוו איז אין גלייכן צו העברעיש "את ה": הוא לקח '''את ה'''פטיש.
 
בײַשפּילן:
* '''דער''' מאַן איז '''דער''' גבאי פֿון אַונדזער שול (ביידע נאָמינאַטיװ)
* '''דאָס''' קינד (נאָמינאַטיוו) זאָגט צו '''דער''' (דאַטיוו) מאַמע.
* איך גיב '''דער''' פרוי א בוך.
* מיר װעלן זען '''דעם''' זײד'''ן'''.
* '''דעם''' גאַנצ'''ן''' (אַקוזאַטיװ) זומער האָבן מיר פֿאַרבראַכט אין צפֿון פֿון לאַנד
* איך האָב געזען משה'''ן''' (אַקוזאַטיװ) אין גאַס.
* '''די''' (נאָמינאַטיוו) ײדישע װיקיפעדיע איז זײער רײַך, קום ביטע באַזוכן '''דער''' (דאַטיוו) יידישער װיקיפּעדיע?
* די מאַמע טוט אָן '''דעם''' קינד '''דאָס''' מאַנטעלע. (ביידע אַקוזאַטיװ)
* ער שיקט (צו) '''דער''' (דאַטיװ) כלה אַ בוקעט בלומען.
אויפמערק! נאָך אַ נו"ן קומט קיינמאל נישט אַ צווייטער נו"ן נאָר אַ מי"ם. צב"ש: אַ שיינעם/פיינעם דאַנק" און נישט "אַ שיינען/פיינען דאַנק".
 
די פאלגענע ליסטע זיינען א טייל פון פארבינדונג-ווערטער וואס קומט אימער מיט דאַטיוו:
 
* באַקומען - (דאָס עסן באַקומט '''דער''' קראַנקער פֿרױ)
* אײַנגעבן זיך
* באַשערט זײַן
* בײַשטײן
* גלײבן
* געהערן
* געלינגען
* געפֿעלן
* געראָטן
* דאַנקען
* דינען
* העלפֿן
 
===לשון קודשע ווערטער ===
אַלע לשון-קודשע װערטער, חוץ געוויסע (זעה װײַטער), געהערן צום מענלעכע מין. דוגמאות: דער שבת, דער טעות, דער יום-טובֿ, דער פּורים, דער חודש, דער סך-הכּל, דער נס, דער פּרוכת, דער טלית, דער ביקור-חולים. יוצאים מן הכּלל: די (דאָס) אחריות, די (דאָס) אַחדות און נאָך עטלעכע. דער כּלל איז - העבריִשע װערטער מענלעכן מין.
העברעישע ווערטער וואס ענדיקן זיך מיט א יידישע [[אקצענט]] געהערן צו לשון נקבה. ווי צב"ש די עליה (עס ענדיקט זיך מיט א סגו"ל), די מלחמה , די חכמה, די חיה, די נבואה, אדג"ל.
לשון קודשע ווערטער וועלכע באציען זיך צו א ווייבערישע מין, ווי פרויען און חיות, זיינען אין אלגעמיין לשון נקבה. ווי צב"ש: די צדקת.
 
===איבערבליק פון פעלער===
 
====נאָמינאַטיווער (ערשטער) פֿאַל====
דער '''נאָמינאַטיווער פֿאַל''' אָדער '''נאָמינאַטיוו''' איז דער פֿאַל פֿונעם סוביעקט פֿונעם זאַץ (דאָס הייסט פֿון דעם "טוער"), צום בײַשפּיל: '''דער מענטש''' איז געגאַנגען, '''די טיר''' איז אָפֿן, '''דאָס קינד''' האָט געוויינט. אאַז"וו.
 
====אַקוזאַטיווער (צווייטער) פֿאַל====
דער '''אַקוזאַטיווער פֿאַל''' אָדער '''אַקוזאַטיוו''' איז ווען מען באנוצט זיך מיט א הויפטווארט דירעקט נאך א צייטווארט. צ.ב.ש. דער מענטש האט אויפגעהויבן '''דעם טיש''', די מאמע האט געעפֿנט '''די טיר'''. דער רבי האט געגלעט '''דאס קינד'''. א.א.וו.
 
====דאַטיווער (דריטער) פֿאַל====
דער '''דאַטיווער פֿאַל''' אָדער '''דאַטיוו''' איז ווען דאָס הויפטווארט ווערט באנוצט אלץ א זאך וואס באקומט עפעס. צ.ב.ש. דער טאטע האט געגעבן פאר '''דעם אינגל''' א צוקערל. די באלעבאסטע האט דערלאנגט '''דער דינסט''' דעם בעזים. די מאמע האט אנגעטון '''דעם קינד''' די שיך.
 
 
===בײַשפילן פֿון סובסטאנטיוון===
דער איד, דער ארטיקל, דער טיש, דער שליסל,די בעט, די האנט, די וויקיפעדיע, די טיר, די קאטעגאריע, די ראזשינקע, די שטאט, די שפראך, דאס בוך, דאס ברויט, דאס הויז, דאס ווארט, דאס לאנד, דאס עסן
 
== אדיעקטיוו ==