אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דער בעל שם טוב 1 (אלבאם)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
דער בעל שם טוב איז די '2טע קאסעטע פון דעם באקאנטער זינגער [[יום טוב עהרליך]], אין די סעריע יידיש נחת.
דער נייער וועג
 
די ניגונים פון ר' יום טוב עהרליך זענען מיט א געוואלד'דיגן געשמאק, ער האט געהאט א גרויסן אויסטערלישן כח און אראפלייגן א מעשה מיט א ניגון און מיט גראמען, וואס אזעלכע כוחות זעהט מען נישט כמעט אין די יידישע גאס, יעדעס ניגון וואס ער זינגט אויף זיינע טייפס איז א אוצר, פיל מיט אינהאלט, און מיט דער ריכטיגער כח פון ניגון ברענגט ער ארויס דער אינעווייניגסטען כח הנפש אויף דער אויבערפלאך. און אין דער זעלבער צייט פארמאגט ער א באזונעדערע חוש פון הומאר, און גאר זיסע געשמאקע ווערטליך, זיינע טעיפס און ניגונים זענען נישט ליינגווייליג, נאר פארקערט מען קען עס הערן און הערן און נישט ווערן מיד, זיינע טייפ'ס הייבן אויף דער מענטש, עס איז א קונץ שטיק אין די ניגונים וועלט.
 
 
די לידער אינעם טייפ:
 
* '''זייט A'''
# "דער נייער וועג"
 
עס דערציילט וויאזוי מען האט געשיקט פון הימל דער בעל שם טוב ער זאל אויפהייבן כלל ישראל, ער לייגט אראפ ווי דער בעל שם טוב איז געגאנגען מיט [[התבודדות]] אין וואלד א שטיק צייט, די גאנצע בריאה האט זיך געפרייט צום צדיק, ער האט צוזאמעם גענומען צדיקים נסתרים און צדיקים נגלים ביז זיין הייליג וועג איז צוביסלעך געווארן באקאנט.