אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יעווגעני קיסין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 8:
אין דער עלטער פֿון 10 יאָר האָט קיסין צום ערשטן מאָל געשפּילט מיט אַ סימפֿאָנישן אָרקעסטער, אויסגעפֿילט [[וואלפגאנג אמאדעיוס מאצארט|מאָצאַרטס]] [[קאָנצערט]] נומ‘ 20. מיט אַ יאָר שפּעטער גיט ער זײַן ערשטן סאָלאָ־קאָנצערט. אינעם יאָר 1984 טרעט ער אויף אינעם „גרויסן זאַל‟ פֿון דער מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע, וווּ ער שפּילט דעם 1טן און 2טן קאָנצערט פֿון פֿרידעריק שאָפּען.
 
אין 1985 פֿאָרט קיסין צום ערשטן מאָל אַרויס מיט קאָנצערטן קיין [[אויסלאַנד]]; אין 1987 דעביוטירט ער אין [[מערבֿ־אייראָפּע]] אויפֿן [[בערלינער פֿעסטיוואַל]]. אין 1988 שפּילט ער [[טשײַקאָווסקיטשייקאווסקי]]ס פּיאַנע־קאָנצערט נומ‘ 1, באַגלייט פֿונעם בערלינער פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, בראָש מיטן באַרימטן [[קאנדאקטער|דיריגענט]] [[הערבערט פֿאָןפאן קאַראַיאַןקאראיאן]].
 
אין סעפּטעמבער 1990 פֿאָרט קיסין אַרויס מיט קאָנצערטן אין [[צפֿון־אַמעריקע]], וווּ ער שפּילט שאָפּענס פּיאַנע־קאָנצערטן נומ‘ 1 און 2, באַגלייט פֿונעם ניו־יאָרקער פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, דיריגענט [[זובין מעטאַמעטא]]; אין א וואָך אַרום שפּילט ער אין קאַרנעגי־האָל. אין פֿעברואַר 1992 באַטייליקט זיך יעווגעני קיסין אין דער פֿײַערלעכער צערעמאָניע פֿון Grammy Awards אין ניו־יאָרק, וואָס ווערט געוויזן אין דער [[טעלעוויזיע]] פֿאַר אַן עולם פֿון בערך אַ מיליאַרד זעקס הונדערט מיליאָן מענטשן. אין אויגוסט 1997 שפּילט ער זײַן סאָלאָ־פּראָגראַם אויפֿן [[פֿעסטיוואַל]] Proms אינעם לאָנדאָנער אַלבערט־האָל — דער ערשטער „קלאַוויראַבענד פֿאַר מער ווי 100 יאָר, זינט דער פֿעסטיוואַל עקזיסטירט.
 
קיסין פֿאָרט כּסדר אַרום מיט סאָלאָ־קאָנצערטן איבער [[אייראָפּע]], [[אַמעריקע]] און [[אַזיע]], צונויפֿנעמענדיק פֿול־געפּאַקטע זאַלן; ער שפּילט מיט די בעסטע אָרקעסטערס, אָנגעפֿירט מיט אַזעלכע בארימטע מייסטער דיריגענטן ווי [[קלאַודיאָ אַבאַדאָ]], [[וולאַדימיר אַשכּנזי]], [[דניאל באַרנבוים]], [[וואַלערי גערגיִעוו]], קאַרלאָ מאַריאַ דזשוליני, סיר [[קאָלין דעוויס]], [[דזשעימס ליווײַןלעוויין]], [[לאָרין מאַאַזעל]], [[ריקאַרדאָ מוטי]], סעידזש[[סעידזשע אָזאַוואַ]], מייסטער [[טשעלא]]יסט [[מסטיסלאַוו ראָסטראָפּאָוויטש[[, [[יעווגעני סוועטלאַנאָוו]], יורי טעמירקאַנאָוו, [[דזשאָרדזש שאָלטישולטזי]] און מאַריס יאַנסאָנס; אין קאַמער־אַנסאַמבל מיט קיסינען האָבן געשפּילט: מאַרטאַ אַרגעריך, יורי באַשמעט, נאַטאַליאַ גוטמאַן, טאָמאַס קוואַסטהאָף, גידאָן קרעמער, אַלעקסאַנדער קניאַזעוו, דזשעימס ליווײַן, מישאַ מײַסקי, יצחק סטערן וכּדומה. די אָנגעזעענע מוזיקער פֿון אונדזער צײַט, ווי אויך די צוהערער איבער דער גאָרער וועלט ווײַזן אָן, אַז קיסינס קונסט איז זייער פּאָעטיש און טיף, ראָמאַנטיש־באַגײַסטערט און דערהויבן; די מוזיק־קריטיקער האַלטן אים פֿאַר אַ יורשנאכפאלגער פֿון אַרטור[[ארטור רובינשטיין]] און וועלט בארימטער פינאניסט [[וולאַדימיר האָראָוויץ]].