אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כנבוזי דער צווייטער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 3:
נאך אין לעבן פון זיין טאטען האט ער באקומען דעם נאמען "קעניג פון בבל" אבער די [[טיטעל]] איז געווען א [[סימבאל]]ישער. נאך זיין טאטענס טויט אין 528[[ פאר די נוצרישע ציילונג]] איז ער געווארען דער פאקטישער [[הערשער]] אין פרס, אין זיין צייט האט זיך די [[פרס]]ישע הערשאפט פארשפרייט און פארברייטער דורכן איינעמען פרישע לענדער, נאך דעם וואס ער האט איינגענומען מצרים אין 525 פאר די נוצרישע ציילונג,
 
לויט דעם יוונישער [[פארשער]] [[הוירוידאטויס]] האט ער זיך געפירט מיט א גרויס אכזריות אין [[מצרים]] און האט געלאזט טויטען דעם מצרישען פרעה פסמטאך דער דריטער דער זון פון יעחמס דער צווייטער, צוזאמען מיט נאך מצרישע אדעל לייט ער פלעגט פייניגען די פאליטישע ארעסטאנטען פון מצרים, און טויטען פרויען מיט קינדער, ער האט אויך בעראבעוועט די מצרישע הייליגע איינשטאלטען.
 
ער האט אויך פארבירט איינצונעמען לוב, (א אראבישע מדינה) אבער זיין מיליטער פון 50,000 סאלדאטען זענען געשטארבען אין א שטארקע מדברישע זאמט שטורעם, דערנאך האט ער זיך דערנעטער צו כוש (היינט סודאן) און צו נוביה, אבער זיין מיליטער האט ווייטער געליטען פון הינגער און מחלות און ער האט זיך ווייטער געמוזט צוריק צוען. לויט דעם יוונישער פארשער הוירוידאטויס, האט ער געכאפט א נערווען בראך אין מצרים אלס שטארף פארן טויטען אפיס (א קו וואס איז געווארען אפגעהיט דורך די מצרישע גלויביגע אלס הייליג קו וועלעכער האט געזאלט דינען אלס א קרבן צו זייערע אפגעטער).