אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יואל סירקיש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 20:
===בית חדש===
זיין מערסטע באוואוסטע ספר איז די '''בית חדש''' אדער ווי מען רופט דאס די '''ב"ח''', דאס איז א חיבור וואס ער האט געשריבן א פירוש אויף די פיר טיילן פון [[טור]]. דאס איז געווענליך געדריקט אין די זייט פון די טור קעגן איבער די פירוש פון די [[בית יוסף]]. בעיקר איז ער מפרש די טור, אבער עס איז אויך דא ווי ער רעדט פון די בית יוסף, געווענליך איז ער נאר עוסק אין הלכה און הגהות.
 
===הגהות הב"ח===
דאס איז א פארפאסונג וואס ער האט געשריבן אויף [[תלמוד בבלי]] און איז בעיקר עוסק מיט פאררעכטן טעותים אין [[ש"ס]] פון עלטערע און בעסערע מקורות. אויך טוט ער אמאל מפרש זיין געוויסע ווערטער.
 
ער האט אויך פארפאסט הגהות אויף די [[רא"ש]] און די [[רי"ף]].
 
===אנדערע ספרים===
ער האט אויך פארפאסט:
* '''שו"ת הב"ח''' צוויי טיילן:
** '''שו"ת הב"ח הישנות''' - אויף הלכות תערובות און ממונות
** '''שו"ת הב"ח החדשות''' - וואס האנדעלט אין פארשידענע ענינים.
* '''משיב דבר''' - א פירוש אויף [[מגלית רות]].
 
[[en:Yoel Sirkis]]