אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תשעה באב"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 4:
== וואס איז גשעהן אין תשעה באב ==
 
די משנה רעכנט אויס פינעף זאכן. א) גאט האט גוזר געווען אויף אידן נישט אריין גיין אין ארץ ישראל. 2) עס איז חרוב געווארן דאס ערשטע בית המקדש. ג) עס איז חרוב געווארן דאס צווייטע בית המקדש. ד) עס איז אייגענומען געווארן די שטאט ביתר. ה) עס איז אויפגעארקערט געווארן ירושלים דורך די שונאים.
 
די משנה רעכנט אויס פינעף זאכן.
א) גאט האט גוזר געווען אויף אידן נישט אריין גיין אין ארץ ישראל. 2) עס איז חרוב געווארן דאס ערשטע בית המקדש. ג) עס איז חרוב געווארן דאס צווייטע בית המקדש. ד) עס איז אייגענומען געווארן די שטאט ביתר. ה) עס איז אויפגעארקערט געווארן ירושלים דורך די שונאים.
 
אין [[ספר מלכים|מלכים א']] (כ"ה) שטייט אז דער בית המקדש איז חרוב געווארן [[ז' אב]], און לויט ווי עס שטייט אין [[ספר ירמיהו|ירמיהו]] (נ"ב) איז דאס חרוב געווארן [[י' אב]]. אבער וויבאלד דער צווייטער בית המקדש איז חרוב געווארן [[ט' אב]] האט מען איינגעפירט צו באשטימען ט' אב אלס א געדענק-טאג פאר ביידע חורבנות.
 
אין ירושלמי שטייט אז ביידע בתי מדרשים זענען חרוב געווארן אין ט' באב, און דאס וואס דער פסוק זאגט ער אזיאיז חרוב געווארן ז' אב איז נישט מדויק, ווייל אין די טעג פון די גרויסע צרות זענען אידן געווען פארמישט, מען האט נישט פוקנטליך אפגשריבן וועלכע טאג עס איז פארברענט געווארן, שפעטער זאגט די ירושלמי האט מען עס שוין נישט געואלט פארעכנטן טאקע דערפאר, מען האט געוואלט ווייזן ווי צומישעטצומישט און צוקלאפט אידן זענען דאן געוועגעווען.
 
אויך בזמן בית שני האבן די יידן געפאסט די 4 תעניתים אויפן חורבן בית ראשון.
 
אין גמרא שטייט אז אייגענטליך זענען די שונאים אריין אין בית המקדש
 
אין מדרש רבה שטייט אז אינעם טאג פון תשעה באב וועט געבוירן ווערן משיח דער אויסלייזער פון אידן.
 
איינגעטליך זענען די גוים אריין אין בית המקדש תשעה באב, אבער אנגעצינדען האבן זיי עס הערש פארנאכט, נאנט צום צענטן טאג, און עס האט געברענט דעם צענטן טאג, ר' יוחנן האט געזאגט ווען איך בין ווען אין יענעם דור וואלט איך ווען געמאכט דעם טרויער טאג דעם צענטן טאג, אבער די חכמים האלטן "אתחלתא דפורעניות עדיפא" מען רעכנט ענדערש ווען עס האט זיך אנגעהויבן.
 
אידן פירן זיך תשעה באב זיך צו פארזאמלען אין די בתי מדרשים, מען נעמט אראפ די פרוכת פונעם ארון הקודש, א זכר פון אבילות, אנדערע זאגן דעם טעם איז ווייל טיטוס הרשע האט געשטאכן דעם פרוכת פנעם בית המקדש (מנהגי ישורון סי' קל"ח), מען זעצט זיך אויף דער ערד און מען קלאגט אויפן חורבן בית המקדש.
ביינאכט זאגט מען די פינעף פרקים פון מגילות איכה. אויך זאגט מען אנדערע קליינע קינות, מען מאכט פינטסער אין שוהל ווייל אזוי שטייט אין מדרש איכה אז השי"ת האט געזאגט פאר די מלאכים מיר זאלן מאכן די זעלבע וואס א מלך טוט ווען ער קלאגט ער לעשט די לעכט, און אויך מרמז זיין אז "כבה נר ישראל" עס איז געווארן פינסטער פאר אידן (אבודרהם).
 
ביינאכט זאגט מען די פינעף פרקים פון מגילות איכה, צופרי איז דא א קינות לתשעה באב וואס אסאך געלערענטע אידישע פארפאסער האבן פארפאסט קינות און קלאג רייד אויפן חורבן, אויף דעם וואס צדיקים זענען גע'הרג'ט געווארן, אויף דעם וואס דאס חשיבות און טייערקייט פון אידן איז פארלוירן, און אויף דעם וואס ציון איז חרוב, די אידישע פיינט לאכן פון אונז, ביז משיח צדקינו וועט קומען.
 
אסאך גרויסע חלק פון די קינות לתשעה באב האט געמאכט דער באקנאטער אידישער קאמפאזיער ר' [[אליעזר הקליר]]. אסאך האט געמאכט ר' [[יהודה הלוי]]. אסאך פון די קינות איז געבויט אויף די פינף פרקים פון איכה.