אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קרעדיט פונקטן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
שורה 1:
'''קרעדיט פונקטן''' איז א נומער וועלכע איז אויסגערעכנט געבויט אויף א קרעדיט היסטאריע צו געבן פינאנציעלע פירמעס א גרינגע אנאליז אויף יעדנ'ס פינאנציעלע לעבן פון וועלכע זיי וועלן וויסן אויב זיי זאלן יא אדער נישט בארגן.
 
יעדנ'ס קרעדיט היסטאריע ליגט באהאלטן אין די קרעדיט ביורא'סביוראען קאמפיוטערס און איז געבויט לויט די קרעדיט באריכטן וועלכע די בענק, אינשורענס פירמעס, יוטיליטי פירמעס, און פינאנציעלע פירמעס גיבן אריין סיסטעמאטיש.
 
די קרעדיט באריכט איז א לאנגע באריכט מיט אסאך דעטאלן און מיט'ן מאכן די קרעדיט פונקטן האט מען דאס געגעבן אן איבערבליק אפשאצונג וועלכע באשטייט פון דריי נומערן און פון דעם ווייסט די באנק אדער פינאנציעלע פירמע אויב יענער איז א פארלעסליכע מענטשן וועלכע באצאלט זיינע בילס און פארדינט גענוג געלט דאס צו קענען ערלויבן.
שורה 7:
 
== סיסטעם ==
עס זענען פאראן מער ווי איין קרעדיט פונקט סיסטעם אבער רוב פירמעס נוצן די אזויגערופענע פיקאו (FICO) סיסטעם וועלכע איז נאמינירט געווארן נאך די פעיר אייסעק ענד קאמפאני וועלכע איז געווען די ערשטע פירמע וועלכע איז אויפגעקומען מיט דעם געדאנק. בעפאר דעם האבן בענק און פינאנציעלע פירמעס געהאט אייגענע קרעדיט אפשאצונג סיסטעמען און יעדער האט גענוצט זייערע אייגענע מעטאדן צו מעסטן קרעדיט. היינט זענען פאראן דריי גרויסע קרעדיט ביורא'סביוראען אין אמעריקע (עקספיריען, איקוויפעקס, און טרענסיוניאן) און טויזענטער קלענערע וועלכע נוצן אלע די פיקאו קרעדיט סיסטעם. די דריי קרעדיט ביורא'סביוראען ארבעטן נאך אלץ אביסל אנדערש איינע פון די אנדערע און יעדער נוצט אנדערע נעמען פאר זייער קרעדיט אפשאצונג סיסטעם אבער אלע זענען געבויט אויף די פעיר אייסעק סיסטעם וואס מיינט אז יעדנ'ס קרעדיט פונקטן זענען כמעט אייניג ביי יעדע פירמע.
 
בענק און פינאנציעלע פירמעס קענען צולייגן אייגענע רעגולאציעס ווי צום ביישפיל וויפיל געלט מען פארדינט א יאר אדער ווילאנג מען ארבעט אויף די זעלבע פלאץ וועלכע גוט זיי אן אפשאצונג וויפיל יענער וועט ווארשיינליך פארדינען דעם קומענדיגן יאר. די בענק זענען נישט געצווינגן צו באשליסן לויט די קרעדיט ביורא און אפילו ווען די נומערן זענען גוט מעג די באנק דאס אפזאגן אויב ער האט אייגענע אנווייזונגן אין זיין סיסטעם וועלכע זאגט אים אנדערש.
שורה 13:
ארגינעל האט פעיר אייסעק אפגעהאלטן די קרעדיט פונקטן פון די פובליק און נאר בענק און פינאנציעלע פירמעס האבן געהאט צוטריט דערצו. די פירמע האט געהאלטן אז אויב מענטשן וועלן דאס קענען זען וועט דאס זיי צעמישן ווייל זיי וועלן סייווי נישט וויסן וואס די נומערן מיינען און וואס די בענק זוכן אין די נומערן.
 
דאס האט זיך אבער געטוישט אין 01' נאך נאכאנאנדיגע דרוק פון קאנגרעס וועלכע האט פארלאנגט מען זאל עפענען די אינפארמאציע פאר די פובליק. היינט קען יעדער פארלאנגן זיין קרעדיט פונקטן באריכט ביי די דריי קרעדיט ביורא'סביוראען אדער ביי די פעיר אייסעק פירמע.
 
 
שורה 32:
15 פראצענט איז געבויט לויט ווילאנג מען פארמאגט שוין קרעדיט. דאס איז נישט ווייל מען איז עלטער נאר פשוט ווייל ווי לענגער מען האט קרעדיט אלס א פונקטליכערע קרעדיט היסטאריע איז פאראן וואס מיינט אז די קרעדיט פונקטן זענען מער פונקטליך.
 
10 פראצענט פון דעם חשבון איז געבויט לויט וויפיל מאל מען פארלאנגט פאר קרעדיט. דער חשבון דערפון איז אז אויב איינער האט פארלאנגט צופיל קרעדיט אין די לעצטע מאנאטן איז א סימן אז ער איז מעגליך אריינגעפאלן אין פינאנציעלע פראבלעמען און קיינער וויל נישט זיין דער קרבן אים צו בארגן געלט מיט די שטארקע מעגליכקייט אז ער וועט דאס נישט קענען באצאלן. רוב קרעדיט ביורא'סביוראען רעכנען נאר אריין די פארלאנגן וועלכע מען האט געמאכט אין די לעצטע 12 מאנאטן.
 
די לעצטע 10 פראצענט פון די קרעדיט פונקטן איז געבויט לויט וואספארא סארט קרעדיט מען פארמאגט. גענוי וואס די קרעדיט פירמעס זוכן ווייסט מען נישט און טייל ווילן זאגן אז דאס איז נאר געמאכט אין פאל ווען איינער האט א שוואכע קרעדיט וויל די קרעדיט ביורא וויסן וואספארא סארט קרעדיט ער האט צי איז דאס א מארטגעדזש אדער 10 קרעדיט קארדס. א מארטגעדזש איז קיינמאל נישט קיין פראבלעם ווייל א מענטש וועט געווענליך זיך פארלייגן צו באצאלן זיין מארטגעדזש פעימענט וויבאלד עס האט צעטאן מיט זיין הויז און זיין צוקונפט. א קרעדיט קארד וועט שטענדיג פאלן די ערשטע אלס קרבן.
שורה 63:
 
ווי געזאגט ווערט א טייל פון דעם חשבון באטראכט לויט וויפיל מאל מען האט פארלאנגט קרעדיט. דערפאר איז וויכטיג מען זאל פרובירן ווי ווייט מעגליך נישט צו לאזן אנדערע נאכקוקן אייער קרעדיט. א מענטש קען אמאל האבן א גוטע קרעדיט און ער וועט רעדן צו 5 מארטגעדזש בראקערס און ביים זעקסטן וועט זיין קרעדיט שוין נישט זיין אזוי גוט ווייל יעדער בראקער האט באזונדער נאכגעקוקט זיין קרעדיט און דאס ווערט אנגענומען אלס א צייכן אז יענער איז געדרוקט פאר געלט. (א פערזענליכע באריכט ווי מיר האבן פריער דערמאנט מאכט נישט אויס).
 
ווי מער קרעדיט אלס בעסער אבער עפענען נייע קרעדיט קארדס און נעמען ליין אוו קרעדיטס איז נישט די וועג. קרעדיט לימיטס ווערן מער פון זיך אליינס ווען די קרעדיט פירמעס זעען אז איר באצאלט.