אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ווילנער גאון"

49 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 14 יאָר
מאין תקציר עריכה
 
==זיין יוגענט==
פון אלץ גאר יונג קינד האט מען געזען אויף דעם קליינעם אליהו סימנים פון א געטליכער עילו'יש קינד, מיט א געבעטשן מח, וואס כאפט אויף און פארשטייט אלעס אין דער וועלט. ביי די דעקס יאר האט ער שוין גע'דרש'ט אין דער גרויסער שטאטישער [[בית הכנסת]]. ביי די צען יאר האט שוין קיין מלמד נישט געקענט לערנען מיט אים, איבערשטייגענדיג יעדן וואס איז געקומען מיט אים אין תורה'דיגער בארירונג. {{מקור}}
 
עס איז אנגענומען אז ער איז געלערנט תורה ביים גאון ר' משה מרגליות זצ"ל, דער פערפאסער פונעם ספר [[פני משה]] אויף [[תלמוד ירושלמי]] אין די שטאט קיידאן. זייענדיג אין א גאר יונגן עלטער ער דארף געטראפן זיין שידוך מיטד דאס מיידל חנה, די טאטכער פון ר' יודא לייב קיידאנער. {{מקור}}
 
זיין פרוי האט אים גאר ערליך און געטריי באדינט און אלעס געטאן אז איר מאן זאל קענען בלייבן ביים לערנען אומגעשטערט. עס ווערט דערציילט אז דער גאון האט זיך נישט אריינגעלייגט אין בעט משבת לשבת, נאר עוסק געווען בתורה מיט אן אבנארמאלע התמדה יומם ולילה ממש. {{מקור}}
 
דער גאון האט זיך באזעצט אין ווילנא און דארט געהארעוועט אויף תורה, און זיין נאמען האט זיך צעטראגן איבער דער ליטא אלס א זעלטענער גאון און פוסק, זייענדיג א מאן מיט א גאונישן קאפ, א ברייטן און טיפן פארשטאנד, האבן זיינע קורצע פסקים באקומען אנערקענונג איבעראל.
 
די שטאטלייט האבן אים געוואלט אויפנעמען פאר רב אין ווילנא, ער האט דאס אנזאגט, זאגענדיג אז ער וויל בלייבן ביים לערנען אומגעשטערט און נישט זיין אנגעוויזן אויף די קהילה. {{מקור}}
 
==זיין דרך הלימוד==
1,355

רעדאקטירונגען