אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רמח"ל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 2:
'''ר' משה חיים לוצאטו''' (1707 - 1746, [[ה'תס"ז]] - [[כ"ו אייר]] [[ה'תק"ו]]), אדער ווי ער איז באקאנט אלץ דער '''רמח"ל'''. איז געווען א באקאנטע [[קבלה]]שע פילזאפישע און אנגענומענע רב פון [[איטאליע]]. זיין מערסטע באקאנטע ספר איז [[מסילת ישרים]].
 
עס איז א תלמיד פון מהר"י באסאן, פון די גרויסע רבנים אין איטאליע, פון די יונגעט אהן איז געשטיגן זייער גרויס, ביז ער האט זיך צוזאמענגענועמן א חבורה בראש פון זיין חשובע תלמיד רמ"ד וואלי, און האבן עוסק געווען אין טיעפע קבלה ענינים, עס האט זיך באוויזן צו איהם א מלאך, און ער האט מגלה געווען אסאך סודות התורה.
 
ער האט מחבר געווען אהנע א שיעור ספרים אין ענינים פון קבלה, אבער אויך אין אלע וועלטליכע חכמות
 
עס האט ספרים אויף די חכמה פון רעכענען, אויף די חכמה פון הנדסה, אויף די חכמה פון טראכטן, און וויאזוי זיך קאנצטענטרירן די מחשבה, זיין לשון און שפראך איז קורץ שארף און זייער לערנבאר, עס איז ענדליך ווי די משנה פון רבינו הק', און ווי דער רמב"ם אין משנה תורה.
 
זיינע באקאנטע ספרים אויף קבלה איז קל"ח פתחי חכמה, חכמה ודעת, ער האט א ספר וואס הייסט "אילן" דאס איז א קיצור פון אלע קבלה ענינים מסודר לויט פרקים און משנה ממש אזוי משניות. עס איז וואונדערליך וויאזוי דאס איז געשריבן, אויך האט ער א געמאכט א ספר תקט"ו תפלות וואס איז מבאר טיעפע ענינים אויף קבלה פון יחוד ה', אויך האט ער געמאכט א ספר וואס הייסט "לעיני בית ישראל" די לעצטע ווערטער פון די תורה, דאס האט זיבעציג פשטים, און איז געשריבן אויף ארמית ווי א מלאך און א מגיד רעדט צו איהם, עס זעהט אויס זייער ענדליך צום ספר [[תיקוני זוהר]] וואס האט זיבעציג פשטים אויף די ערשטע ווארט פון די תורה "בראשית".
 
עס איז ארויסגעקומען קעגן איהם גרויסע מחלוקת בראש פון מהר"ם חגיז, מען האט איהם ממש געוואלט מחרים און אריין לייגן אין נידוי, זיין רבי מהר"י באסאן האט זיך זייער אנגענומען אויף איהם.
 
עס איז באשריבן באריכות אין די ספרים "ירים משה" וואס א איד פנחס דוד וועבערמאן פון תולדות אהרן האט ארויסגעגעבן. און אויך א ספר כתב"י רמח"ל, וואס דער באקאנטער חוקר [[מאיר בניהו]] האט ארויסגעגעבן.
[[קאטעגאריע:רבנים]]
[[קאטעגאריע:מקובלים]]