אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דיעטע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 6:
 
== קערפער געניטשאפט ==
דער קערפער איז דער בעסטער מאשין פון דער וועלט וועלכע קען טראכטן, פלאנירן, און טאן וואס טויזנטער מאשינען און קאמפיוטערס וואלטן געדארפט טאן. נאך א וואונדער וועלכע ווייניג ווייסן איז דער פאקט אז דער קערפער נוצט גאר ווייניג [[ענערגיע]] צו טאן זיין ארבעט. אפילו ווען דער קערפער טוט שווערע ארבעט וועט זי נוצן גאר ווייניג ענערגיע רעלאטיוו צו וואס עס קען פראדוצירן. ווען א מענטש זיצט און טוט גארנישט וועט זיין קערפער פארברענען א קארגע 12 [[קאלאריע]]ס פער [[פונט]] יעדן טאג (א פונט איז 50.445 [[ק"ג]]). דאס מיינט אז פאר א דורכשניטליכער מענטש וואס וועגט 150 פונט וועט זיין קערפער דארפן 1,800 קאלאריס פער טאג צו זיצן און אפערירן פון זיך אליינס אן דעם וואס דער מענטש זאל טאן עפעס באזונדער.
 
דאס איז גאר ווייניג ענערגיע אויב מען טראכט וואס עס דארף אלץ אפערירן אינעווייניג. די [[הארץ]] דארף קלאפן, די [[לונג]]ן אריינציען און ארויסבלאזן לופט, דער [[מוח]] דארף קאנטראלירן און טראכטן, און דער [[קערפער]] דארף זיין ווארים צו אלע צייט.