אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שומרון"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ wrong interwiki
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''שומרון''' איז געווען די [[הויפטשטאט]] פון [[מלכות ישראל]].
 
== גרי אריות ==
נאך וואס אשור האט איינגענומען שומרון פון מלכות ישראל און האט באפעלקערט די פרעמדע פעלקער האבן זיי געזינדיקט און נישט געדינט [[גאט]], און גאט האט זיי געשטראפן און זיי געשיקט [[לייב|לייבן]]. ווען די לייבן האבן גענומען צורייסן מענטשן פון די איינוווינערס, האט דער [[קעניג]] פון [[אשור]] באלד געשיקט צו די איינוווינערס [[כהן|כוהנים]] זאלן לערנען מיט זיי ווי אזוי גאט צו דינען.
 
פון וועגן די [[געשיכטע]], האבן די [[חז"ל]] גענוצט די אויסדרוק פון '''גרי אריות''' צו אנצייכענען אזעלכע וואס דינען גאט פון געצווונגנקייט און נישט פון [[אהבה]].
 
== גלות שומרון ==
אין דאס 722סטער יאר פארן קריסטלעכער ציילונג ווען [[הושע בן אלה]] איז געווען [[קעניג]] אויף מלכות ישראל, האט [[שלמנאסר]] דער קעניג פון [[אשור]] איינגענומען די שטאט שומרון, וויבאלד הושע האט נישט געצאלט [[שטייער]] פאר אשורס קעניגרייך, און האט געוואלט [[מורד]] זיין קעגן אשור. שלמנאסר האט [[גולה]] געווען די [[עשרת השבטים]] צו אשור. (זעט [[ספר מלכים]] ב' פרק י"ז).
 
נאך וואס די [[עשרת השבטים]] האבן גולה געווען קיין אשור, האבן זיי זיך צעמישט מיט די [[גוי|גוים]] און האבן קיינמאל נישט צוריק געקומען קיין [[ארץ ישראל]]. לויט די יידישע [[טראדיציע]] וועלן זיי זיך אומקערן נאך וואס [[משיח]] וועט קומען.
 
אין [[מדרש]] (בראשית רבא פרק י"א) דערציילט (א לעגנעדע), אז די עשרת השבטים האבן גולה געווען אויף דער צווייטער זייט פון [[טייך]] [[סאמבאטיאן]], וואס די גאנצע וואך ווארפט זי שטיינער און מען קען נישט אריבער גיין דער טייך, און נאר [[שבת]] איז דער טייך רוהיג. לויט די לעגנעדע, וועט משיח זיי אומבריינגען פון דארט ווען ער וועט אויסלייזן כלל ישראל.
 
== די שומרונים ==
די [[שומרוינער|שומרונים]] טענהן, אז הושע דער [[קעניג]] פון [[אשור]] האט נישט ארויסגעטריבן אלע [[ייד|יידן]] פון שומרון, נאר א טייל פון זיי, אבער פיל אידן זיינען געבליבן אין [[ארץ ישראל]] און האבן נישט [[גולה]] געוועזן. דעריבער לויט זייער מיינונג הייסן זיי אויך יידן, און פירן זיך מיט אנדערע [[מצווה|מצוות]] ווי די אלגעמיינע יידן פון [[מלכות יהודה]]. אבער די [[פרומע|יידישע ארטאדאקסן]] טענה'ן אז זייערע יידישע מנהגים שטאמט פון די געשיכטע מיט די לייבן, אבער זיי זיינען נישט קיין יידן.
 
די [[ארכעאלאגיע]]ר האבן געפונען א [[מצבה]] וואס איז אויף איר אויסגעטשעטשעט אז נאר 27290 פון די שומרוינער האבן [[גולה]] קיין אשור, אזעלכע טענהן אז לויט די אויסגעפין קען מען בריינגען א ראיה אז טאקע נאר א טייל יידן גולה געווען קיין אשור, און א טייל זיינען געבליבן אין [[ארץ ישראל]].
 
[[קאַטעגאָריע:פלעצער פון תנ"ך]]
[[קאַטעגאָריע:מלכות ישראל]]
 
 
{{באדייטן|
* [[שומרון (שטאט)]] - די הויפטשטאט פון מלכות ישראל.
שורה 6 ⟵ 29:
}}
 
[[en:Samaria]]
[[he:שומרון (פירושונים)]]
[[he:השומרון]]
[[de:Samaria (Antike Stadt)]]
[[cs:Samaří]]
[[eo:Samarujo]]
[[es:Samaria]]
[[fi:Samaria]]
[[fr:Samarie]]
[[id:Samaria]]
[[it:Samaria]]
[[ja:サマリア]]
[[nl:Samaria]]
[[no:Samaria (region)]]
[[pl:Samaria]]
[[pt:Samaria]]
[[ru:Самария]]
[[sv:Samaria]]
[[zh:撒馬利亞]]