אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלישע בן אבויה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 34:
אלישע איז געווארן אויס שומר תורה ומצות, אזוי ווייט אז עס האט איהם וויי געטועהן ווען ער האט געזעהן ווי אידן היטן די תורה, די ירושלמי (חגיגה פ"ב ה"א) פארציילט אז די רוימער האט געוואלט פייניגון די אידן, האבן זיי געהייסן אז די אידן מוזן מחלל שבת זיין, זיי מוזען טועהן מלאכות וואס מען טאר נישט טועהן אין שבת, די אידן האבן געוואלט ווייניגער מחלל שבת זיין, האבן זיי מכוון געווען אז זיי זאלן טועהן די מלאכות וואס איז אסור מן התורה פאר שבת, און די מלאכות וואס איז אסור מדרבנן אין שבת, דאס הייסט זיי האבן געוואלט זיך ארויסדרייען פון א איסור דאורייתא, וואס לכאורה די רוימער וואלטן קיינמאל נישט געוואוסט די כוונה פון די אידן, אבער אלישע וואס איז געווען א תלמיד חכם האט דאס דערציילט פאר די רוימער, און זייט דאן האבן די רוימער געצווינגען די אידן צו טועהן אין שבת א מלאכה וואס איז אסור מיט התורה.
 
אויך האט ער מיט גרויס רשעות גע'הרג'ט תלמידי חכמים וואס לערנען תורה.
 
אויך נאכדעם וואס ער איז ארויס לתרבות רעה, האבן זיך אסאך תנאים גע'חבר'ט מיט איהם וויבאלד ער איז געווען גרויס אין תורה האבן זיי געוואלט פון איהם לערנען, די גמרא זאגט ר' מאיר האט געטראפן א מילוגרוים די גוטע האט ער גענומען די שאלעכטץ האט ער אוועקגעווארפן דאס הייסט די גוטע חלקים פון אחר האט ער געלערנט אבער נישט די שלעכטע.