אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלישע בן אבויה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 25:
 
== זיין החלטה ==
די מפורשימפורשים הש(זעה הכותב בע"סי) זענען מסביר אז דאס איז געקומען וויבאלד אלישע איז געווען געוואנט אז די כבוד און געלד איז ביי אידן, זיין טאטע איז געווען א גרויסע ריזיגער עושר, ער האט מכבד געווען די חכמי ישראל, ער איז געווארן אפגעשיידט צו תורה צוליב א פייער האט זיין טאטע האט געזעהן וואס די חכמי ישראל זענען, ער האט געזעהן ביידע וועלטן, סיי ווען דאס בית המקדש איז געשטאנען און דערנאך ווען עס איז געווען וידל ישראל מאד, כלל ישראל איז פארארימעט געווארן אין דאס שיינקייט פון אידן איז פארלוירן געווארן, דעריבער האט ער נישט פארשטאנען פארוואס האבן אידן פארלוירן דעם כבוד און דאס געלד אין רשעים ווי רוימער פייניגן די אידן מיט מיתות משונות, אבער דער אמת איז אז א איד דארף וויסן אז דערמיט וואס די רשעים פייניגן איהם און ער דערהאלט זיך, דערמיט ווייזט ער ארויס זיין ליבשאפט צו גאט ברוך הוא, ווי מען זעהט אין די אידישע היסטאריע אז אלע שלעכטע לייט די שונאי ישראלים האבן סוף כל סוף פארלוירן, און די אידישע פאלק וואסט און בליעהט, די אידן געוואונן און די רשעים ווערן פארלוירן, אבער אינגאצען וועט מען עס זעהן וועט משיח וועט קומען.
 
== זיינע מעשים ==
שורה 38:
== שובו בנים חוץ מאחר ==
איינמאל ווען ר' מאיר האט איהם געזאגט רבי איהר זענעט אזוי גרויס אין חכמה דאן פארוואס טוט איהר נישט תשובה, האט איהם אלישע געזאגט איך האבן אליין געהערט א בת קול פון הימל, יעדער זאל תשובה טועהן, חוץ אחר קען נישט תשובה טועהן וויבאלד ער ווייסט מיין כבוד און דאך זינדיגט ער.
 
עס איז מערקווירדיגע וואס די ספרים זאגן אז אלישע וואלט געמוזט דווקא פון דא לערענן אז אפילו ער קען אויך תשובה טועהן, ווייל אויב הערט ער בלויז די ערשטע העלפט בת קול יעדער קען תשובה טועהן, וואלט ער נישט געהאט א נסיון און וואלט זיכער תשובה געטועהן, פון הימל האט מען אבער איהם געוואלט געבן א בחירה ער זאל הערן אז עס נוצט פאר איהם נישט קיין תשובה, און דאך וואלט ער זיך געמוזט שטופן און תשובה טועהן (שו"ת מהרי"ט ח"א או"ח סי' ח'), אזויממש די ווערטער זאגט ר' [[נחמן מברסלב]] אין שיחות הר"ן, און אויך ר' [[צבי אלימלך מדינאב]] און זיין ספר [[אגרא דפרקא]]. אויך שטייט אזוי אין ספר [[השל"ה]]. און אזוי שטייט אין ירושלמי אין לך דבר שעומד בפני התשובה.
 
 
== ער איז אריין אין גן עדן ==
ווען אלישע איז געשטאבן האט איהם ר' מאיר געזאגט רבי טו תשובה, האט ער געזאגט איך האב געהערט א בת קול אז איך קען נישט תשובה טועהן, האט איהם ר' מאיר געזאגט תשב אנוש עד דכא מען קען תשובה טועהן אפילו מען האלט שוין ביים דכדוכא של נפש, ביים אויפגבעבן דעם נפש, האט זיך אלישע צוויינט און איז געשטארבן, האט ר' מאיר געזאגט איך מיין אז מיין רבי איז געשטארבן דורך תשובה (חגיגה טו).
 
ווען אלישע איז געשטארבן האט מען געזאגט אין הימל, מען וועט איהם נישט דן זיין וויבאלד ער איז א תלמיד חכם, אבער מען וועט איהם אויך נישט געבן גן עדן וויבאלד ער האט געזינדיגט, האט ר' מאיר געזאגט ניין עס איז ליבערשט מען זאל איהם דן זיין אין גיהנם און דערנאך וועט ער גיין אין גן עדן. ר' מאיר האט זיך אנגערופן ווען וועל איך שוין שטארבן און ארויפגיין אויף יענער וועלט און דאן ווען ארויף קומען א רויך פון זיין קבר. ווייבל ווילאנג ער ברענט אין א פייער גייט נישט קיין רויך, אויב מען גיסט וואסער מען לעשט דאס פייער פון גיהנם דאן פארגייט א רויך (ספר היוחסין). אזוי איז טאקע געווען ווען ר' מאיר איז נפטר געווארן איז ארויף א רויך פון דעם קבר פון אלישע, האט ר' יוחנן געזאגט עס איז נישט קיין קונץ צו פארברענען די אייגענע רבי, איך זאג אייך ווען איך וועל שטארבן וועל איך איהם גראד טראגן אין גן עדן. אזוי איז טאקע געווען ווער ר' יוחנן איז נפטר געווארן האט אויףגעהערט צו גיין דעם רויך און אלישע איז געקומען קין גן עדן. זיין זכות איז געווען וויבאלד אפילו נאכדעם וואס ער האט געזינדיגט האט ער געלערנט תורה מיט די חכמים און האט זיי אויסגעלענרט זיין חכמת התורה..