אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלישע בן אבויה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 7:
אין ירושלמי ווערט פארציילט אז זיין פאטער אבויה איז געווען א גרויסע רייכער מאן, אין די צייטן ווען די בית המקדש איז געשטאנען, ווען עס איז געווען דעם ברית פאר אלישע האט זיין טאטע געמאכט א גרויסע סעודה, ער האט געלאדענט אלע חשובע עשירים און חכמים, עס איז דארט אנוועזענד געווען די גרויסע עשירים [[נקדימון בן גוריון]] בן ציצית הכסת כלבא שבוע, אויך די חכמים ווי רבן יוחנן בן זכאי. נאך די סעודה האט ר' יוחנן בן זכאי מיט זיינע חברים גע'דרש'ט אין תורה און פון גרויס הייליגקייט האט א פייער ארום גענומען זייער שטוהלן, ווען אבויה האט געזעהן דעם כח פון תורה האט געמאכט א נדר אז זיין זוהן אלישע וועט אויך זיין אזא חכם (ירושלמי מס' חגיגה וקה"ר). אבער וויבאלד ער האט מקדיש זיין זוהן פאר תורה צוליב דעם גרויסן כבוד התורה נישט ווייל מען דארף לערנען לשם שמים ווייל השי"ת הייסט אזוי, איז אלישע ארויס לתרבות רעה. די מפורשים זאגן אז דעריבער האט מען נישט געשטעלט קיין מימרא פון איהם אין ש"ס בלויז איין משנה אין מסכת אבות אלישע בן אבויה אומר הלומד ילד למה הוא דומה, ווייל דארט ווערט מבואר אז מען זאל לערנען תורה בטהרה לשם שמים און נישט לקנתור.
 
אלישע איז געווען זייער גרויס אין תורה, זיין חכמה און פקחות איז געווען באוואוסט איבאראלאיבעראל, ער האט אמאל געזאגט פאר זיין תלמיד ר' מאיר איזאיף האב געמאסטן די פיס פון מיין פערד, און איך זעה פונקטליך וויפיל טריט זי איז געגאנגען.
 
דער מדרש (רו"ר פ"ו) זאגט אז ווער ער פלעגט זאגן א דרשה אין לשכת הגזית אבער אין די שטאט טבריא זענען אלע חכמים שטיל געווארן יעדער האט געוואלט הערן וואס דער קלוגער תלמיד חכם אלישע זאגט. מה דאך אין טבריא און אין לשכת הגזית איז אזוי געווען כל שכן אין אנדערע פלעצער ווי עס זענען נישט געווען אזוני חכמים. זענען זיי זיכער בטל געווארן פאר אלישע.
 
ער ווערט גערעכנט פון די פיהר וואס זענען נכנסו ל[[פרד"ס]]. אין טיעפע סודות התורה און מעשה מרכבה (חגיגה יד.)
שורה 14 ⟵ 16:
 
== זיינע קשיות ==
די גמרא פארציילט (חגיגה טו.) אז אלישע איינמאל האט געזעהן ווי א טאטע הייסט פאר א קינד מקיים זיין די מצוה פון שילוח הקן, דאס קינד האט געפאלגט אבער עס אינמיטן מקיים זיין די מצוה איז ער גע'הרג'ט געווארן, האט אלישע געפרעגט די מצוה פון כיבוד אב איז דאך מסוגל מען זאל לאנג לעבן ווי עס שטייט כבד את אביך למען יאריכון ימיך, היכן אריכות ימיו של זה, ווי דער אריכות ימים פון דעם קינד ?. נאר

אויך האט ער געזההןגעזהן ווי איינער איז מקיים זיין די מצוה פון [[שילוח הקן]], ער האט גענומען א לייטער און איז ארויף געקראכן אויף א הויכן פלאץ און האט אוועקגעשיקט די מוטער און דאס קינד גענומען צו זיך, אבער ער האט זיך אויסגעגליטשט און איז גע'הרג'ט געווארן האט אלישע געפרעגט ביי די מצוה פון שילוח הקן שטייט דאך למען יאריכון ימיך ווי איז זיין אריכות ימים ? אויך האט געזעהן ווי איינער איז עובר אויף די מצוה, ער קריכט אויף א לייטער ער נעמט די קינדער פאר דעם וואס ער שיקט אוועק די מוטער, און עס האט איהם גארנישט פאסירט, איז ער געווארן דערויף זייער אויפגעקאכט, און דעריבער איז ארויס לתרבות רעה.
 
זאגט ר' יעקבעקיבא ווען אלישע זאל וויסן די אמת'ע פשט פון למען יאריכון ימיך וואלט ער נישט ארויס צו שלעכטס, ווייל למען יאריכון ימיך מיינט מען זאל זוכה זיין צו רועהן אין לעכטיגן גן עדן, מען זאל האבן דארט לאנגע טעג, נהנה זיין פון זיו השכינה, נישט לעבן לאנג אויף די וועלט, די וועלט איז פיל מיט צרות עס איז נישט ווערט מען זאל לאנג לעבן.
 
ווען די רוימער האט געהרג'ט די עהרליכע צדיקים פון אידן, האט דאס אלישע זייער פארקלעמט דאס הארץ, עס האט איהם וויי געטועהן פארוואס ארץ נתנה ביד רשעים, פארוואס קומט זיך דאס פאר עהרליכע אידן זאלן ליידן אזויפיל, איינמאל האט ער געזעהן ווי די רוימער פייניגן דעם גרויסן צדיק ר' [[חוצפית המתורגמן]], זיי האבן איהם געווארפן פאר די הונט און די הינט האבן געריסן שטיקער, מיטאמאל האט ער געזעהן ווי א הינט האלט די צונג פון ר' חוצפת האט אלישע געזאגט פה המתגבר בתורה ילכך עפר, א מויל וואס האט זיך געשטארקט אין תורה זאל לעקן ערד (קידושין לט: וחולין בסוף).