אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלישע בן אבויה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
{{אינטערשפראך}}
 
{{בעבודה}}
 
 
אלישע איז געווען דער רבי פון [[רבי מאיר]]. אינעם דור נאכן צווייטן חורבן בית המקדש.
שורה 15 ⟵ 12:
אלישע איז געווען בשעת מען חרוב געמאכט דאס בית המקדש.
 
די גמרא פארציילט (חגיגה טו.) אז אלישע איינמאל האט געזעהן ווי א טאטע הייסט עפעס פאר א קינד, דאס קינד האט געפאלגט אבער עס אינמיטן מקיים זיין די מצוה איז ער גע'הרג'ט געווארן, האט אלישע געפרעגט די מצוה פון כיבוד אב איז דאך מסוגל מען זאל לאנג לעבן ווי עס שטייט כבד את אביך למען יאריכון ימיך, היכן אריכות ימיו של זה, ווי דער אריכות ימים פון דעם קינד ?. נאר האט ער געזההן ווי איינער אחז מקיים זיין די מצוה פון [[שילוח הקן]], ער האט גענומען א לייטער און איז ארויף געקראכן אויף א הויכן פלאץ און האט אוועקגעשיקט די מוטער און דאס קינד גענומען צו זיך, אבער ער האט זיך אויסגעגליטשט און איז גע'הרג'ט געווארן האט אלישע געפרעגט ביי די מצוה פון שילוח הקן שטייט דאך למען יאריכון ימיך ווי איז זיין אריכות ימים ? אויך האט געזעהן ווי איינער איז עובר אויף די מצוה, ער קריכט אויף א לייטער ער נעמט די קינדער פאר ער שיקט אוועק די מוטער, און עס האט איהם גארנישט פאסירט, איז ער געווארן זייער אויפגעקאכט און דעריבער איז ארויס לתרבות רעה.
די גמרא פארציילט אז איינמאל האט געזעהן
 
זאגט ר' יעקב ווען אלישע זאל וויסן די אמת'ע פשט פון למען יאריכון ימיך וואלט ער נישט ארויס צו שלעכטס, ווייל למען יאריכון ימיך מיינט מען זאל זוכה זיין צו רועהן אין לעכטיגן גן עדן, מען זאל האבן דארט לאנגע טעג, נהנה זיין פון זיו השכינה, נישט לעבן לאנג אויף די וועלט, די וועלט איז פיל מיט צרות עס איז נישט ווערט מען זאל לאנג לעבן.
 
ווען די רוימער האט געהרג'ט די עהרליכע צדיקים פון אידן, האט דאס אלישע זייער פארקלעמט דאס הארץ, עס האט איהם וויי געטועהן פארוואס ארץ נתנה ביד רשעים, פארוואס קומט זיך דאס פאר עהרליכע אידן זאלן ליידן אזויפיל, איינמאל האט ער געזעהן ווי די רוימער פייניגן דעם גרויסן צדיק ר' [[חוצפית המתורגמן]], זיי האבן איהם געווארפן פאר די הונט און די הינט האבן געריסן שטיקער, מיטאמאל האט ער געזעהן ווי א הינט האלט די צונג פון ר' חוצפת האט אלישע געזאגט פה המתגבר בתורה ילכך עפר, א מויל וואס האט זיך געשטארקט אין תורה זאל לעקן ערד (קידושין לט: וחולין בסוף).
 
די מפורשי הש"ס זענען מסביר אז דאס איז געקומען וויבאלד אלישע איז געווען געוואנט אז די כבוד און געלד איז ביי אידן, זיי טאטע איז געווען א גרויסע ריזיגער עושר, און מכבד געווען די חכמי ישראל, ער איז געווארן אפגעשיידט צו תורה צוליב א פייער האט זיין טאטע האט געזעהן וואס די חכמי ישראל זענען, דעריבער האט ער נישט פארשטאנען פארוואס האבן אידן פארלוירן דעם כבוד און דאס געלד אין רשעים ווי רוימער פייניגן די אידן מיט מיתות משונות, אבער דער אמת איז אז א איד דארף וויסן אז דערמיט וואס די רשעים פייניגן איהם און ער דערהאלט זיך, דערמיט ווייזט ער ארויס זיין ליבשאפט צו גאט ברוך הוא, ווי מען זעהט אין די אידישע היסטאריע אז אלע שלעכטע לייט די שונאי ישראלים האבן סוף כל סוף פארלוירן, און די אידישע פאלק וואסט און בליעהט, די אידן געוואונן און די רשעים ווערן פארלוירן, אבער אינגאצען וועט מען עס זעהן וועט משיח וועט קומען.
 
אלישע איז געווארן אויס שומר תורה ומצות, אזוי ווייט אז עס האט איהם וויי געטועהן ווען ער האט געזעהן ווי אידן היטן די תורה, די ירושלמי (חגיגה פ"ב ה"א) פארציילט אז די רוימער האט געוואלט פייניגון די אידן, האבן זיי געהייסן אז די אידן מוזן מחלל שבת זיין, זיי מוזען טועהן מלאכות וואס מען טאר נישט טועהן אין שבת, די אידן האבן געוואלט ווייניגער מחלל שבת זיין, האבן זיי מכוון געווען אז זיי זאלן טועהן די מלאכות וואס איז אסור מן התורה פאר שבת, און די מלאכות וואס איז אסור מדרבנן אין שבת, דאס הייסט זיי האבן געוואלט זיך ארויסדרייען פון א איסור דאורייתא, וואס לכאורה די רוימער וואלטן קיינמאל נישט געוואוסט די כוונה פון די אידן, אבער אלישע וואס איז געווען א תלמיד חכם האט דאס דערציילט פאר די רוימער, און זייט דאן האבן די רוימער געצווינגען די אידן צו טועהן אין שבת א מלאכה וואס איז אסור מיט התורה.
 
אויך האט ער מיט גרויס רשעות גע'הרג'ט אלע תלמידי חכמים וואס לערנען תורה.
 
אלישע האט מחליט געוון אז עס איז נישט דא קיין גאט ח"ו און האט מחליט געווען ער גייט הנאה האבן פון דער וועלט, ער גייט זיך אפלאזן פון תורה און מצות. ער איז ארויס אויף דער גאס און געטראכפן א זונה ער האט איהר געבעטן צו זינדיגן מיט איהם,
 
זיין אייניקעל איז געווען ר' [[יעקב א אייניקל פון אחר]].