אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אומאפהענגיקייט מלחמה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ סדר
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''די אומאָפּהענגיקע־מלחמה''' <small>(אויף העברעיש: "מלחמת העצמאות", "מלחמת השחרור"' אדער "מלחמת הקוממיות")</small> איז די [[מלחמה]] וואס איז געווען צווישן די [[פאלעסטינע]]ר מיט די יידן אין [[ארץ ישראל]] גלייך נאך וואס דער [[יו ען]] האט באשלאסן מען זאל אויפשטעלן א יידישע און אראבישע מדינה אין ארץ ישראל [[כ"ט בנובמבר]], [[ט"ז כסליו]] [[ה'תש"ח]] (1947). די אראבער וואס האבן זיך קעגנגעשטעלט, זיינען באלד ארויס א מלחמה קעגן די יידן. אין די ערשטע 4 מאנאטן איז די מלחמה געווען מער ווי א [[בירגער קריג]] ווען די אראבער האבן באלעגערט קליינע יישובין און געמאכט דארט [[טעראר]]. אבער שפעטער האבן די יידן זיך צוביסלאך אנגעגרייט א מסודרדיקע מיליטער, און ארויס מלחמה קעגן די פאלעסטינער. די מלחמה האט צום סוף צוגעבריינגט זעלבשטענדיקייט פאר [[מדינת ישראל]] און די אראבער זיינען געבליבן אָן גארניט (אפילו ניט וואס דער יו־ען האט זיי געוואלט געבן).
 
צו די זייט פון די אראבער האבן זיך מיטגעטיילט נאך אראבישע לענדער: [[מצרים]], [[סיריע]], [[יארדאניע]], [[איראק]], [[לבנון]] און די [[אראבישע באפרייאונג ארמיי]] פון [[קאוקדזשי]].