אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי אבא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נײַע אַרטיקל: עס ווערט אויסגערכענט דריי אמוראים מיטן נאמען. ר' אבא 1) ר' אבא דער טאטע פון שמואל. 2) ר' אבא א תלמ...
 
אין תקציר עריכה
שורה 7:
די גמרא זאגט (מס' שבועות) די הלכה בלייבט ביי דיני ממונות ווי ר' אבא וויבאלד ער איז א דיין פון ארץ ישראל און איז נחית לעומקא דדינא, ער גייט אריין אין די טיפעניש פונעם דין.
 
פאר ער איז ארויף פון ארץ ישראל קיין בבל, און האט ער זיך נישט דאן נישט געוואלט באווייזן פאר זיין רבי / חבר ר' יהודה, ווייל ר' יהודה האלט אז מען טאר נישט ארויף גיין פון בבל קיין ארץ ישראל, וויבאלד ירמי' הנביא האט געזאגט פאר אידן בבלה יובאו (ברכות כד.). ער האט מתפלל געווען פאר ער איז ארויף קיין ארץ ישראל יהא רעוא דאימא מילתא דמתקבל (ביצה לח.) השי"ת זאל העלפן איך זאל זאגן זאכן וואס מיינע חברים זאלן גלייכן.
 
ער איז דערנאך צוריק געגאנגען קיין בבל, ווייל מען געפונט איהם דערנאך אין בבל (חולין מג:).
 
יעדן ערב שבת האט ער געקויפט פון דרייצען פלייש געשעפטן פלייש לכבוד שבת, ער האט נישט געוואלט אז די פלייש געשעפטען זאלן בלייבן מיט פלייש, ווייל דעמאלטס וועלן איבער א וואך צושטעלן ווייניגער פלייש פאר שבת פארן ציבור, דעריבער האט ער אפגעקויפט אלע איבעריגע פליישן (שבת קיט.).