אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ו'א'"

16 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 13 יאָר
קיין רעדאקטירונג רעזומע
אין [[חז"ל]] (ראש השנה לא.) שטייט אז רב קטינא זאגט אז די [[וועלט]] גייט נאר שטיין 6,000 יאר און אין די זיבעטע [[טויזענט]] יאר וואס איז מרומז אויפן טאג פון [[שבת]] וועט די [[וועלט]] [[חרב]] ווערן און עס גייט נאר פארבלייבן דער [[אויבערשטער]] אליינס, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ישעיהו ב) ''ונשגב ה' לבדו ביום ההוא'', און א טאג פון אויבערשטען איז 1,000 יאר, ווי [[דוד המלך]] זאגט אין [[תהלים]] ''כי אלף שנים בעיניך כיום אתמול''. [[אביי]] זאגט אז 2,000 יאר גייט עס זיין חרב, און ער לערנט עס ארויס פון א באזונדערע פסוק.
 
די [[גמרא]] (סנהדרין צז:) זאגט אויך אז די [[צדיקים]] גמורים גייען נישט שטארבן דעמאלטס, נאר וועלן שוועבן אין די ספערן, ביזן צייט פון [[עולם הבא]].
די [[רשב"א]] (שו"ת ח"א סימן ט) איז מסביר, אז אפילו די [[וועלט]] וועט זיין וויסט, וועט זיך די [[צייט]] רעכענען כאילו די וועלט וואלט ווען געשטאנען, וואס דאן וואלט עס געדויערט הונדערט יאר (לויט [[איינשטיין]]'ס טעאריע איז דאס אביסל שווער צו ערקלערן)
 
אין א אנדער [[מדרש]] ([[פרקי דרבי אליעזר]]) שטייט אז די [[הימל]] און [[ערד]] גייען באנייט ווערן, און אלע באשעפענישען גייען טועם זיין א טעם פון טויט אויף 2 טאג, און אין די דריטע טאג וועט די [[אויבערשטער]] אלעס באנייען און אויפלעבן די טויטע. אבער די רשב"א (דארט) אבער ערקלערט אז די 2 טאג מיינט 2 טאג פון אויבערשטען וואס דאס איז באמת 2,000 יאר, ד.ה. ר' אליעזר האלט אזוי ווי אביי.
 
ווידער, אין [[זוהר הקדוש]] (תרומה קעו:) שטייט אז די [[וועלט]] גייט שטיין 6,000 יאר, און דערנאך וועט עס חרוב ווערן אין 12 שעה, און אין די 13'טע שעה וועט די אויבערשטער פריש באנייען די וועלט פון דאס ניי.
דער [[רמב"ם]] אין ספר המורה (חלק שני פרק כט) און אזוי אויך די [[רשב"א]] (שם), ווארפן אריין ווערטער אז עס מיינט נישט ממש אז עס גייט ווערן אויס וועלט, נאר אז וועט נישט זיין אויפן געהעריגען שטייגער, נאר באופן הפסד וכדומה ([[גלאבאלע אנווארעמונג]] ???).
 
עס איז וויכטיג אנצוצייכענען אז מיט דעים האלטן אלע אייניג אז די [[וועלט]] גייט [[חרוב]] ווערן נאך 6,000 יאר, נאר עס איז דא א דיעה אין [[קבלה]], אין אויך פילע [[ראשונים]] האלטען אזוי, אז די וועלט גייט שטיין א צירקע פון 49,000 יאר [אין זייער שפראך: זיבן שמיטות], און יעדע זיבעטע טויזענט יאר [[שמיטה]] גייט די וועלט רוהען און זיין וויסט, און ווידער נתחדש ווערן צוריק, ביז די 50,000'טע טויזענט יאר וואס דאן וועט זיין די גרויסע בירור [[יובל הגדול]], וואס אלעס וועט מתוקן ווערן און די גאנצע [[עולם הזה]] וועט בטל ווערן, און עס וועט נאר פארבלייבען די [[צדיקים]] לעולםל[[עולם הבא]].
די [[מקובלים]] שרייבען אז איצט האלטען מיר אין די 2'טע רונדע פון 7,000 יאר, דאס הייסט אין די שמיטת הגבורה.
 
227

רעדאקטירונגען