אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רייכערן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 16:
== ניקאטין אינעם קערפער ==
 
ווען ניקאטין קומט אריין אינעם [[קערפער]] ווערט דאס פארשפרייט צו די הויט, [[לונגן]], און צו די אינערליכע הויט פון די נאז און מויל. אין די פלעצער זיצט עס פאר א שטיק צייט ווילאנג עס זאפט אריין אין די בלוט צעלן און צירקולירט ווייטער צו די אנדערע טיילן פון דעם קערפער. אבער בעפאר עס גייט ווייטער לויפט עס ערשט דורך אין די מוח וואו איר עפעקט ווערט צום מערסטן דערשפירט און ערשט דערנאך גייט עס ווייטער.
 
עס זענען פאראן פארשידענע וועגן וויאזוי ניקאטין קען אנקומען אינעם קערפער און די גרינגסטע וועג פון זיי איז דורך אטעמען די לופט וועלכע פארמאגט ניקאטין. רויכערן טוט גענוי דאס ווייל מען אטעמט אריין די רויך וועלכע טראגט איז זיך די ניקאטין ווען עס ברענט אויס און וועפט אריין אין די רויך. אבער נישט נאר דער וואס רויכערט באקומט ניקאטין, נאר יעדער וואס שטייט ארום און אטעמט אריין די רויך פון דעם ציגראט. נישט אומזיסט ווארענט מען פאר צווייטע האנט רויכערן וועלכע איז טייטש אז מען שטייט און פארברענגט נעבן מענטשן וואס רויכערן און מען באקומט די ניקאטין געצוווינגענערהייט צי מען פארשטייט יא דערצו צו נישט.
 
ניקאטין בלייבט אבער נישט לאנג אינעם קערפער און נאך עטליכע שטונדן איז קיין זכר מער נישטא. דער פראדעצור פון די עפעקט פון ניקאטין הייבט זיך אן ביז 15 סעקונדעס און קען אנהאלטן ביז 60 מינוט. נאכדעם איז עס שוין טויט און עס געדויערט בערך נאך 5 שטונדן ווילאנג עס גייט גענצליך ארויס פונעם קערפער. רוב פון דאס ביסל ניקאטין גייט אריין אין די לעיבער וואו עס ווערט אויסגעברענט צו גארנישט און דאס איבעריגע גייט ארויס פונעם קערפער דורך פארשידענע וועגן.
 
יעדע מענטש ארבעט אויס די ניקאטין אנדערש און ביי איינעם בלייבט די עפעקט לענגער און ביי א צווייטן קורצער. געווענליך האט עס צעטאן וואספארא סארט לעיבער מען פארמאגט. געזונטע לעיבער וועט שנעל אויסארבעטן די ניקאטין און דער מענטש וועט באלד לעכצן פאר נאך. רוב מענטשן וואס רויכערן טוען דאס עטליכע מאל אין טאג כדי צו האלטן א באלאנסירטע מאס ניקאטין אינעם קערפער צו יעדע צייט. ווען דאס הייבט אן ווערן ווייניגער שפירן זיי דאס שנעל און דאס ציט צו רויכערן נאך א ציגראט.
שורה 26 ⟵ 24:
עס איז אבער פאראן א שיעור וויפיל מער רייכערט א טאג. עס זענען טאקע פאראן מענטשן וואס רויכערן גאר אסאך אבער דאס זענען געווענליך יונגע מענטשן וועלכע'ס לעיבער איז געזונט אין שטארק. אויב מען רויכערט צענדליגער יארן נאכאנאנד וועט די לעיבער שוין נישט אזוי שנעל בעארבעטן די ניקאטין און עס וועט געדויערן לענגער וואס מיינט אז דער מענטש וועט האבן די ניקאטין פאר א לענגערע צייט אין זיין קערפער און ער וועט מער נישט דארפן רויכערן אזויפיל צו האבן פרישע ניקאטין אין זיין קערפער.
ניקאטין איז צוזאמענגעשטעלט פון כעמיקאלן (ווי פריער דערמאנט) און האט א כעמיקאלע עפעקט אינעם קערפער וועלכע ברענגט א גוט שפרינדיגע רעזולטאט. אזויווי אלקהאל, קען ניקאטין בארואיגן א מענטש אבער עס קען אויך טאן די פארקערטע און דאס איז געוואנדן לויט דעם מענטש'נס סיטואציע בעפאר ער האט אנגעהויבן רויכערן. ביידע, אלקהאל און ניקאטין, וועלן צוגעבן צו א גוטע שטימונג און וועלן פארערגערן א שלעכטע שטימונג אויב מען איז אזוי געווען אין די מינוטן בעפאר מען האט דאס איינגענומען. אבער אפילו אויב מען איז אין א שלעכטע שטימונג וועט מען נישט בלייבן אזוי אויב מען טרינקט נאך וויין אדער מען רויכערט נאך ניקאטין. די כעמיקאלן עפעקטן געוויסע טיילן אינעם מוח וועלכע ברענגן די זארגעניש און אנגעצויגענקייט און בלאקירן זיי אין טייל און דאס בארואיגט דעם מענטש. די כעמיקאלן פון ניקאטין בלאקירן אויך א טייל אינעם קערפער וועלכע פארברענט צוקער און דאס ברענגט אז דער קערפער זאל פארבלייבן מיט מער צוקער וועלכע ברענגט א בעסערע שטימונג.
 
מיט דעם קען מען גרינג פארשטיין פארוואס רויכערן נעמט אוועק די אפעטיט פון עסן. דער קערפער פארברענט די צוקער וועלכע ליגט אין די בלוט אלס א טייל פון דער פראדעצור פון פארברענען קאלעריס און ווען אסאך פון דאס צוקער איז שוין נישטא שפירט דאס דער מוח און עס הייבט אן פארלאנגן פאר מער עסן. ניקאטין קען אפהאלטן די צוקער פארברענעריי און וויבאלד עס פארבלייבט מער צוקער אינעם קערפער שפירט מען נישט אזוי שנעל הונגער כאטש אין פאקט דארף שוין דער קערפער יא האבן עסן.
 
אבער מיינט נישט אז רויכערן איז א גוטע רעצעפט פאר א דייעט. פארקערט, רויכערן פארדרייעט דעם גאנצן סיסטעם פון עסן וועלכע האט טאקע נישט קיין עפעקט אויף א מענטש וואס עסט נארמאל, אבער אויב מען גייט אויף א דייעט מאכט עס אסאך פראבלעמען און כאטש דער מענטש קען פארלירן וואג וועט ער אבער ליידן דערפון און ער וועט שנעלער צוריקנעמען וואג אויב ער לאזט נאך פון א דייעט.
איינע פון די ערשטע עפעקטן וואס ניקאטין ברענקט אינעם קערפער איז אז עס שאפט מער שלעכטע קאלעסטראל אין די בלוט אלס אן עפעקט פון די כעמיקאלן און עס פארמערט די שאנסן צו מאכן פראבלעמען אין די ארטעריעס (בלוט רערן וועלכע טראגן ארויס די בלוט פון די הארץ צו די איבעריגע טיילן פונעם קערפער) און אנזאמלן קליינע שטיקער פארטרוקענטע בלוט וועלכע קען גרינג ברענגן צו א הארץ אטאקע.
 
אבער עס איז אויך פאראן גוטע עפעקטן פון ניקאטין און אלע וואס רויכערן וועלן אייך קענען עדות זאגן דערויף. עס מאכט מער וואך און קען אויפלעבן א פארשלאפענעם נאכמיטאג. דאס פאסירט ווען די ניקאטין גייט אריין אין די מוח און אירע כעמיקאלן טרייבן דעם מוח צו טראכטן און טאן ווייטער. דער מוח באשטייט פון ביליאנען קליינע צעלן און מיליאנען קליינע רערן וועלכע האלטן די אינפארמאציע אן מאכן דעם מענטש טראכטן. כדי דאס זאל קענען פאסירן דארפן די אינפארמאציע ארומגיין פון איין רער צו די צווייטע און דאס ווערט געטאן דורך א ספעציעלע כעמיקאל וועלכע ליכט אינעם מוח און פירט אן די קאמיוניקאציע. ניקאטין קלאפט זיך אן מיט די כעמיקאל און פארשטערקערט איר און מאכט אז די אינפארמאציע אינעם מוח זאלן שנעלער געטריבן ווערן פון איין פלאץ צו צווייטן און מאכט אז דער מענטש זאל פלוצלינג באקומען א שטופ אויף פאראויס ווען זיין מוח ברענגט אים די אינפארמאציע און ער קומט צו נייע באשלוסן און אקציעס.
 
א צווייטע מעלה פון ניקאטין איז אז עס העלפט אוועקנעמען ווייטאג. די כעמיקאלן פון ניקאטין דינען אינעם מוח ענליך צו מארפין און לאזט נישט דעם מוח אנאליזירן ווייטאג אינעם קערפער.
 
אבער די מעלות פאלן אוועק צענדליגער מאל קעגן די חסרונות. רויכערן פארמערט די שאנסן צו [[קענסער]], [[הארץ]] פראבלעמען, סטראוק, אלצהיימער דעזיז, און נאך פארשידענע קראנקהייטן. די וועלט האט אלע יארן געוואוסט אז רויכערן טויג נישט אבער מענטשן האבן נישט געוואלט הערן און פארשטיין. נאך די צווייטע וועלט קריג האט מען מער אנגעפאנגן צו רעדן דערוועגן אין די עפענטליכקייט און יארן שפעטער האבן א רייע שטודיעס אויפגעטרייסעלט די וועלט ווען דאקטוירים האבן זיך פאראייניגט און געווארענט די מענטשהייט אז רויכערן איז סם פאר'ן מענטש און איז דער הויפט אורזאך פאר א רייע קרענק.
שורה 42 ⟵ 33:
עווענטועל האבן מענטשן אנגעהויבן קלאגן די טאבאקא פירמעס פאר'ן ברענגן די קראנקהייטן אבער די רייכע גרויסע פירמעס האבן געקעמפט מיט די בעסטע אדוואקאטן און האבן געווינען יעדעס מאל. אין די מיטעלע 90'גער יארן האט א אינערליכע סייענטיסט, וועלכער איז אויפגעזאגט געווארן פון זיין שטעלע, נקמה גענומען פון די טאבאקא פירמעס מיט זיין מעלדונג אז די טאבאקא פירמעס לייגן גאר אריין נאך כעמיקאלן וועלכע העלפן דעם מענטש ווערן צוגעבינדן דערצו. די טאבאקא פירמעס האבן פרובירט צו דערשטיקן דעם קלאגע און האבן געווארענט צו קלאגן די סי-בי-עס נייעס אגענטור וועלכע האט געפלאנט צו ברענגן דעם סייענטיסט אויף איר פאפולערע "60 מינוט" פארשטעלונג. א געניטער דזשורנאליסט פון די [[60 מינוט]] פראגראם האט אבער אנגעדרייט אלעס עס זאל נישט פאסירן און ערשט נאכדעם וואס אנדערע צייטונגן זענען דערגאנגן דערוועגן האט סי-בי-עס זיך געבראכן.
 
דער פארשטעלונג האט געברענגט די געוואונטשענע רעזולטאטן פאר מיליאנען געליטענע ווען די טאבאקא פירמעס האבן אין די ענדע געשליכטעט דעם קלאגע פאר די פאנטאסטישע סומע פון נאנט צו 300 ביליאן דאלאר.
 
 
== איינגעוויינען און אפגעוויינען ==