אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יידישע דעמאקראטישע לאנד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ דערווייל טשעפעט מען ניט יענעמס ארטיקלען
שורה 1:
די הויפט געדאנק פון די '''יידישע מדינה''', [[מדינת ישראל]], איז אונטער דער [[געזעץ]] פון אומקערן אלע יידן פון [[גלות]] צו אן אייגן לאנד. אבער די פראגע איז ווי דארף זיך א יידישע מדינה פירן? צווישן די [[בירגער]] אין מדינת ישראל איז דא עטליכע מיינונגען דערפון איבערהויפט צווישן די [[פרומע]] [[מזרחיסטים]] און [[סעקולערער]].
#ווייטערפירן [[אידישע דעמאקראטישע לאנד]]
 
'''1.''' ביי די [[פרומע]] איז דא פארשידענע גרופעס:
:'''א)''' [[קנאים|עקסטרימישע]] גרופעס וואס לייקענען אינגאנצן אפ די מדינה (ווי [[נטורי קרתא]], [[עדה החרדית]], [[סאטמאר]])
:'''ב)''' [[ליבעראל|ליבעראלערע]] גרופעס (ווי [[אגודת ישראל]], [[דגל התורה]]) וואס כאטש זיי זיינען אויך קעגן דער ציוניסטישער געדאנק, אבער פון דעסוועגן האלטן זיי אז מען דארף זיך מישן אין די ישראלישע פאליטיק כדי צו כאטשיק אויפטון מיט וויפל מ'קען אויף צו העלפן דער פרומער ציבור [[סאציאלאגיע|סאציאליסטיש]] און אין יידישקייט. (אין די לעצטע יארן איז זייער שטרעבונג אויך צו מאכן [[יידישקייט|יידיש]] די גאנצע מדינה (אזוי ווי די שטרעבונג פון די מזרחיסטים (זעט די נעקסטע פאראגראף)))
 
'''2.''' די [[מזרחיסטים]] האלטן אז די מדינה איז א חלק פון די [[גאולה]] (אתחלתא דגאולה), און מען דארף איר מאכן א [[מדינת הלכה]] וואס פירט זיך [[טיאקראטיע|טיאקראטיש]] ד.ה. מען דארף אויסמאכן [[הלכה|הלכהדיגע]] געזעצן און אויף שטעלן א [[רעליגיע]] [[געריכט]] ([[סנהדרין]]). זייער ציל איז נישט צו העלפן זייערע אייגענע גרופעס אזוי ווי די פרומע, נאר זיי שטרעבן צו מאכן די גאנצע מדינה מער [[יידישקייט|יידיש]] אין גרונדענע הלכות ווי עניני [[שבת]], [[כשרות]], א יידישע [[צה"ל|מיליטער]], [[חתונה|נישואין]] און [[גט|גירושין]] לויט די יידישע [[הלכה]] פון [[תורה]], [[משנה]], [[תלמוד]] אא"וו. אבער פונדעסוועקן האלטן זיי זיך אָן מיט די [[דעמאקראטיע|דעמאקראטישע]] געדאנק.
 
'''3.''' ביי די [[סעקולערער]] איז דא פארשידענע מיינונגען:
:'''א)''' [[מסורתיים]] - זיי האלטן אז די יידישע מדינה דארף שטרעבן זיך צו פירן לויט די יידישע [[טראדיציע]] און [[קולטור]], און מען דארף מאכן גרונדענע געזעצן וואס געהערט צו די יידישע [[טראדיציע]], ווי צ.ב.ש מאכן דער טאג שבת אלץ א רוהע-טאג, נישט אנוואקסן אין איר [[שוויין|שוויינען]] א.ד.ג.. די אידיאלאגיע צעטיילט זיך אין א סך מיינונגען וועלכע געזעצן מען דארף אויסלייגן.
:'''ב)''' אזעלכע האלטן אז די מדינה איז געמאכט געווארן פאר דאס יידישע [[פאלק]] איבער די גאנצע וועלט. די ציל פון די מדינה דארף נישט זיין נאר פאר אירע בירגער נאר פאר אלע יידן אין די גארער וועלט.
:'''ג)''' די מדינה דארף זיין "א מדינה פאר יידן" און נישט א "יידישע מדינה", עס דארף זיין אין איר [[דעמאגראפיע|דעמאגראפיש]] רוב יידן און האבן א יידישע רעגירונג, אבער זי דארף זיך נישט מישן אין די יידישע טראדיציע און קולטור נאר זיין אינגאנצן [[דעמאקראטיע|דעמאקראטיש]].
:ד) די מדינה דארף זיין א פולע דעמאקראטישע מדינה מיט [[גלייכרעכטיגייט]] פאר אלע בירגער אריינגערעכנט די [[אראבער]], [[דרוזער]] און אלע אנדערע [[גוי|גוים]]. אויף העברעיש הייסט דאס [[מדינת כלל אזרחיה]].
 
*זעט מער: '''[[נאציאנאליזם]]'''
 
[[קאַטעגאָריע:פאליטישער וויסנשאפט]]
[[קאַטעגאָריע:מדינת ישראל]]
 
[[he:מדינה יהודית ודמוקרטית]]