אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נ נח נחמ נחמן מאומן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 3:
 
ר' ישראל בער פארציילט אין זיינע מאמומארן אז אין דעם טאג י"ז בתמוז האט ער זיך געשפירט שוואך, דעריבער האט ער געגעסן, אבער נאכן עסן האט עס איהם זייער וויי געטוהן פאר וואס ער האט געגעסן שבעה עשר בתמוז, ער איז אריין אין בית המדרש אין טבריא ער האט קיינעם נישט געזעהן דארט, ער האט אויפגמאכט א [[ליקוטי מוהר"ן]] און האט זייער געוויינט ער האט זיך מתוודה געווען פאר השי"ת און געבעטן מחילה דערפאר פארוואס ער האט געגעסן, ווען ער איז אויפגעשטאנען האט ער געטראפן דעם [[פתקא]], די סלאנימער חסידים זאגן אז דער סלאנימער חסיד ר' יואל אשכנזי האט פארציילט אז ער איז געווען דעמאלט'ס אין ווייבער שוהל, און זעהנדיג דעם צער פון דעם יונגען בחור, האט ער עס איהם געשריבן און אראפ געלייגט אויפן ספר.
 
ר' ישראל וואס האט געוווּסט אז דער עמון־עם וועט נישט גלויבן אינעם צעטל, האט דאס נישט מגלה געווען פאר דער וועלט (בלויז פאר עטלעכע ברסלעבער מנהיגים וואס האבן דאס נישט אנגענומען). אין זיינע לעצטע יארן האט ער יא מגלה געווען דאס צעטל. אנדערש ווי די וועלט מיינט, האט ישראל קיינמאל נישט געזאגט אז עס איז א סגולה צו זאגן דער זאץ "נ נח נחמ נחמן מאומן".
 
ר' [[משה פיינשטיין]] האט געשריבן אן [[הסכמה]] אויף דעם צעטיל "והוא דבר נפלא..."