אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לאטעריע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 77:
 
אינעם פארגאנגענעם יאר האט זיך פארקויפט לאטעריס איבער'ן לאנד פאר די ווערט פון 44.9 ביליאן דאלאר. אויב מען צעטיילט דאס וועט אויסקומען אז א דורכשניטליכער מענטש האט אויסגעגעבן 123 דאלאר איבער'ן יאר פאר לאטעריס. דאס איז אבער נישט דאס מערסטע. אריבער די גרעניץ אין קאנאדע האט זיך פארקויפט פארגאנגענעם יאר לאטעריס אין די ווערט פון 9 ביליאן דאלאר וואס קומט אויס 252 דאלאר פאר יעדן איינוואוינער. איבער די וועלט איז דאס לעצטע מאל געשאצט געווארן אין 98' און האט געוויזן לאטערי סעילס פון איבער 126 ביליאן דאלאר.
צווישן די אמעריקאנער שטעט פארקויפט ניו יארק דאס מערסטע מיט ארום 5.6 ביליאן און מאסעטשוסעטס די צווייטע מיט ארום 4.2 ביליאן. אין קאנאדע האט קוויבעק פארקופט אין די ווערט פון 3.3 ביליאן און אנטעריא 2.2 ביליאן דאלאר. אויב מען גייט לויט די שטעט זעלבסט קומט אויס אז אין ראוד איילענד געבן די מענטשן אויס דאס מערסטע פאר לאטעריס, וועלכע איז געשאצט צו 1,115$ פער יאר און אין קאנאדע זענען די גרעסטע לאטערי אויסגעבער עטליכע אטלאנטיק שטעט (ניו בראנסוויק, נופאונדלענד, נאווע סקאשע, און פי-אי-איי) וועלכע שפילן אינאיינעם די אטלאנטיק לאטערי און געבן אויס אין דורכשניטליך ארום 419$ פער יאר.
איבער די וועלט זענען די גרעסטע לאטערי אויסגעבער די יאפאנעזער וועלכע קויפן איין לאטעריס פאר די ווערט פון 7.9 ביליאן דאלאר. נאך יאפאן קומט ענגלאנד, שפאניע, איטאליע, און פראנקרייך.
עס ווערט געשאצט אז זינט מאדערנע לאטעריס ווערן געשפילט (964') האט די רעגירונג שוין פארדינט איבער 200 ביליאן דאלאר דערפון. אין א נארמאלע יאר פארדינט די רעגירונג ארום 13 ביליאן דאלאר נאר פון לאטעריס.
 
 
== די פארקויפער ==