אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ו'א'"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
אין [[חז"ל]] (ראש השנה לא.) שטייט אז רב קטינא זאגט אז די [[וועלט]] גייט נאר שטיין 6,000 יאר און אין די זיבעטע טויזענט יאר וואס איז מרומז אויפן טאג פון [[שבת]] וועט די [[וועלט]] [[חרב]] ווערן און עס גייט נאר פארבלייבן דער [[אויבערשטער]] אליינס, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ישעיהו ב) ''ונשגב ה' לבדו ביום ההוא'', און א טאג פון אויבערשטען איז 1,000 יאר, ווי [[דוד המלך]] זאגט אין [[תהלים]] ''כי אלף שנים בעיניך כיום אתמול''. [[אביי]] זאגט אז 2,000 יאר גייט עס זיין חרב, און ער לערנט עס ארויס פון א באזונדערע פסוק.
 
די [[גמרא]] (סנהדרין צז:) זאגט אויך אז די [[צדיקים]] גמורים גייען נישט שטארבן דעמאלטס, נאר וועלן שוועבן אין די ספערן, ביזן צייט פון [[עולם הבא]].
שורה 5:
די [[רשב"א]] (שו"ת ח"א סימן ט) איז מסביר, אז אפילו די וועלט וועט זיין וויסט, וועט זיך די [[צייט]] רעכענען כאילו די וועלט וואלט ווען געשטאנען, וואס דאן וואלט עס געדויערט הונדערט יאר (לויט [[איינשטיין]]'ס טעאריע איז דאס אביסל שווער צו ערקלערן)
 
אין א אנדער [[מדרש]] ([[פרקי דרבי אליעזר]]) שטייט אז די [[הימל]] און [[ערד]] גייען באנייט ווערן, און אלע באשעפענישען גייען טועם זיין א טעם פון טויט אויף 2 טאג, און אין די דריטע טאג וועט די אויבערשטער אלעס באנייען און אויפלעבן די טויטע. אבער די רשב"א (דארט) אבער ערקלערט אז די 2 טאג מיינט 2 טאג פון אויבערשטען וואס דאס איז באמת 2,000 יאר, ד.ה. ר' אליעזר האלט אזוי ווי אביי.
 
ווידער, אין [[זוהר הקדוש]] (תרומה קעו:) שטייט אז די וועלט גייט שטיין 6,000 יאר, און דערנאך וועט עס חרוב ווערן אין 12 שעה, און אין די 13'טע שעה וועט די אויבערשטער פריש באנייען די וועלט פון דאס ניי.